257
די אַרבעט איז זייער אַ שווערע עס קומט אַ איד מיט אַ פאמיליע זאָל געזונט זיין אַ נעונד'ניק, דורך געגאַנגען אַזאַ שווערע ביטערע וועג, פרעמד פון תנאי המקום און ער אָט דער צובראָכענער איד, דאַרף אויס פירן די כונה העליונה, להאיר מחשכי ארץ8 הלזו הגשמי' באור תורה ומצות ומדות טובות און וואו אין אַמעריקא יאפאן און חינא.
עס איז ניט קיין גרינגע שטיקל אַרבעט אפילו אין וואַרשע אין אין ווילנא וואו ב"ה מען טוט זיך אַ קער איז אָן ע"ה עוסקים בתורה ועבודה כן ירבו, ובפרט די וואָס זיינען עלול צו זיין בעזה"י עוסקים בתורה ועבודה, איז די אַרבעט אַ שווערע, היינט מכש"כ אין די ווייטע לענדער איז אין אַזאַ מצב איז פאַראַן זאַכן וואָס די עלטערן דאַרפן מעלים עין זיין פון די אינגערע.
די העלמת עין מיינט מען ניט העלמת עין פון גראָבע זאַכן, דאָס הייסט ח"ו מעלים עין זיין פון דעם וואָס מען טאָר ניט, דאָס וואָס מען טאָר ניט, האָט מען אַמאָל ניט געטאָרט און מען טאָר איצטער ניט, מיט די גאַנצע האַרבקייט ווי עס איז געווען, אין דעם איז ניטאָ קיינע הנחות, נאָר אין ענינים פון הנהגה איז באַ געוויסע זאַכן דאַרף מען האָבן העלמת עין.
דער העלמת עין מיינט ניט אַז דאָס איז אַ היתר וואָס מיא איז יענעם מתיר, אָדער אַ געוויסע קולא, ניין, און בפרט אין די מדינות די באָרד דאַרף מען ניט שערן, אין מיט אַ סם דאַרף מען ניט גאָלן, מען רעט דאָ ניט מכח דעם איסור והיתר פון דעם, אָדער פון אַנדערע אַזעלכע זאַכן, מען רעט מכח דעם אַז די זאַכן זענען פותח שערי טומאה ר"ל.
אַז מען גייט מיט אַ באָרד און פאות, מעט גייט מיט לבושים ווי עס דאַרף זיין, איז דאָס אַליין אַ געוויסע הגדרה, און אַ געוויסע הגבלה, אַז מען איז ניט שייך צו קיין אַנדערע סביבה, במילא איז מען שייך צו דער סביבה פון תורה ומצות. אָבער אַז מען שערט די באָרד9, מען פוצט זיך אָדער מען נעמט אָראָפּ מיט אַ סם, נעמט מען אַראָפּ די הגבלה און די הגדרה, דאַן איז ער גלייך מיט אַלעמען.
אָט דער גלייכער שנירל וואָס אַלע זיינען גלייך דאָס הייסט, דאָס וואָס מענטשן האָבן זיך אָנגעהויבן אויסגלייכן, אַז יענער טוט דאַרף ער אויך טאָן האָט אָנגעמאַכט רוחניותדיקע חורבנות, און אין דעם גייט נאָך אַוועק די געוויסע פלפולים אויף דעם יסוד, אַז יענער טוט אַזוי מעג ער אויך טאָן אַזוי.
דער העלמת עין וואָס מען מיינט דאָ איז אַ געוויסע סבלנות, זאָגן יענעם דעם אמת, דעם גאַנצן אמת ווי ער איז אָן קיינע הנחות און אָן קיינע קולות און נאָר יעדער זאַך זאָגן מיט אַ געוויסן אויסרעכענונג, מיט אהבה און מיט קירוב אָן נעמען יענעם פאַר אַ פינגער, און מקרב זיין צו זיך, נאָר אין דעם דאַרף מען זיין זהיר, עס זאָל ניט זיין ח"ו עד"מ ווי איינער טרינקט זיך ר"ל און מען נעמט אים אָן פאַר אַ פינגער, וואָס לא די מען איז יענעם ניט מציל, אדרבה ח"ו ער קען נאָך דעם אַנדערן אויך אַריינשלעפן, און אַז די כוונה איז בשביל הקירוב, און דער קירוב איז מיט אַ סדר ווי ע"פ תורה, דאַן איז דורך דעם קירוב ווערט ער מיט דער צייט אין גאַנצן נתקרב צום טוב באמת.
אח"כ פנה כ"ק אדמו"ר שליט"א
הערות
- 8. לשון הכתוב — תהלים עד, כ.
- 9. ראה לעיל ע' 35.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.