256
ווערט געשאַפן ענינים בסדר והנהגה בעניני תורה ומצות לפי אופן ומצב הזמן, האָט אַ שרש, והראי' מורינו הקדוש הבעש"ט נ"ע האָט מגלה געווען אַ אור חדש, מורינו המגיד ממעזריטש ותלמידיו הצדיקים הקדושים נ"ע האָבן געעפנט דרכי אורחות חיים.
רבינו הגדול נ"ע האָט געלייגט דעם יסוד פון דעם בנין הענקי חב"ד יצ"ו און במשך פון די זיבן און דרייסיק יאָר פון זיינע נשיאות3 מיט זיינע באַוואוסטע מסירת נפשו הקדושה והטהורה האָט ער אויס געבויט דעם היכל הוי', און די הייליקע רביים, כ"ק אבותינו רבותינו הק' נ"ע, כל אחד בדורו פעל ועשה במסירת נפשו להגדיל ולהאדיר את ההתעסקות בתורה ועבודה.
יע, אמת אַז בכל עת ובכל זמן לפי מעמד ומצב העולם מוז געשאַפן ווערן בעזרתו ית' ענינים ודרכים באיזה אופן לחזק ההתעסקות בתורה ועבודה. עס שטייט4 מה טובו אהליך יעקב משכנותיך ישראל, שטייט לשון רבים, ער רעדט דאָך איבער דעם כלל ישראל האָט ער דאָך געדאַרפט זאָגן מה טוב אהל יעקב ומשכן ישראל, פאַרוואָס זאָגט ער מה טובו אהליך יעקב משכנותיך ישראל, ריבוי אהלים און ריבוי משכנות, נאָר דער אמת איז ווייל אין דעם איז פאַראַן כמה מדריגות, אָבער מען טאָר ניט פאַרגעסן איף אַ רגע און מען מוז אַלע מאָל געדענקען אַז די אַלע זיינען אהלי יעקב ומשכנות ישראל.
עס זיינען פאַראַן באַזונדערע נוסחאות, ווי עס איז ידוע5 ענינם של י"ב שבטים, והשערים שהיו במקדש, אָבער וואָס געהערט אין דעם ענין פון סור מרע ועשה טוב איז כולם שוים.
מען רעדט דאָ ניט פון דעם ועשה טוב וואָס דער היפוך דערפון איז סור מרע, מכח אַזעלכע זאַכן רעט מען ניט, נאָר מען רעט מכח דעם ועשה טוב ווי ע"פ חסידות איז, וואָס אין דעם איז אויך ניטא קיין שינוי הזמן, אדרבה עס איז נשתנה המצב לטוב, עס איז דאָך עקבות משיחא מיר גייען ב"ה נעענטער צום שליאך, וואָס אַ טאָג, וואָס אַ וואָך וואָס אַ חודש ווערן מיר נעענטער צום בעתה און מכל שכן צום אחישנה5.
תורה ומצות זיינען נצחים שינוי הזמן איז ניטאָ, וואָס מען האָט אַמאָל ניט געמעגט מעג מען היינט אויך ניט, וואָס מען האָט אַמאָל געדאַפרט טאָן מוז מען היינט טאָן.
נאָר אין דער צייט, דאָס הייסט אין די לעצטע צען פופצען יאָר, וואָס בא סנחרב ובלבל את העולם6, און אידן זאָלן געזונט זיין האָבן זיך צושפרייט איבער סיבות שונות אין פערשידענע לענדער, וואָס דאָס אַליין איז דאָך על פי סדר ההשגחה העליונה ווי עס שטייט7 כי בארבע רוחות השמים פרשתי אתכם, די השגחה עליונה פירט אין מעקסיקע און אין אורוגוואיי והדומה בכדי ער זאָל דאָרטן מאַכן אַ שול ברענגען אַ רב, מאַכן אַ מקוה אַ חדר און בעלייכטן דעם געגנט מיט תורה ומצות און מדות טובות.
הערות
- 3. ראה רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 231. מאמר "אבות החסידות" ב"התמים" חוברת ב ע' נ [עב, ב] ואילך.
- 4. בלק כד, ה.
- 5. ראה לקוטי אמרים להרב המגיד סימן קלג. מאמרי אדה"ז הקצרים ע' תקפא ואילך. שער הכולל בהקדמה. וראה גם לעיל ע' 163.
- 5. ראה ישעי' ס, כב. סנהדרין צח, א.
- 6. ראה ברכות כח, א.
- 7. זכרי' ב, י (ושם: כארבע).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.