255
סעודת י"ג תמוז תרצ"א
עס איז נויטיג צו מודיע זיין, אַז אין אויר איז מרחף אַ דעה כוזבת די דעה כוזבת איז אַז איצטער איז שינוי הזמן, די צייט האָט זיך געביטן, איצטער איז ניט ווי אַמאָל, און מען זאָגט אַ פתגם "וואָס זאָל מען טאָן", אָט דער וואָס זאָל מען טאָן איז פול מיט יאוש, און קומט פון עצלות און שקר. און די דריי זאַכן, שקר, עצלות ויאוש זיינען די דריי פיס אויף וואָס עס איז געבויט די דעה כוזבת, וואָס דערפון פון דער דעה כוזבת נעמט זיך טעותים.
יעדער זאַך מוז האָבן אַ שרש למעלה, און יעדער ענין גשמי איז פאַראַן שרשו ומקורו למעלה, אויף אפילו דער חיות און קיום הסט"א מוז האָבן אַ יניקה מן הקדושה ווי ער זאָגט אין זהר2 בענין שק"ר, דאותיות ק' ר' אתוון דזיופא אינון, און שקר אַליין קען דאָך קיין חיות ניט האָבן. דערפאַר נטלין אות שי"ן.
פאַראַן אַזעלכע וואָס ווילן זאָגן אַז די דעה כוזבת פון שינוי הזמן, דאָס הייסט אַז די צייט בייט זיך, במילא
הערות
- 2. ח"א בהקדמה ב, ב. וראה אוה"ת ויקרא ח"ג ע' תתסב. ד"ה והבריח התיכון שנה זו (תרצ"א פ"ו — סה"מ קונטרסים ח"א קנח, א). סה"מ תרפ"ג ע' קעז. ה'שי"ת ע' 119.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.