254

ערשטער דאַוונען וואָס קומט נאָך אַ חשבון צדק צוברעכט דעם קיר המפסיק בין המוח אל הלב און עס פועלט על כל פנים לשעה אַז דער בפועל ממש זאָל זיין בעסער.

אכלה ער מואב בעלי במות ארנון30

אין גשמיות זעהען מיר, אַז אויך אפילו גאָר אַ קליינער פונק פייער פאַלט אויף אַ גרינג אָנצינדענדיגער זאַך ווי נאַפט לבן אָדער שמן אפרסמון (שני הפכים וענינם אחד) איז דאַן האָט דאָס בכח צו מאַכן אַ גרויסע שרפה. כמו"כ אין רוחניות דער זמן פון תפלה איז אַ עת רצון און די התבוננות פון חשבון צדק פועלט די התעוררות אמיתי אויף להטיב דרכיו.

עס איז פאַראַן צוויי קליפות המקיפים את האדם. ער מואב ובעלי במות ארנון, ער מואב איז וואָס ער מיינט אַז ער איז אַ בעל מוחין, מיינט מען ניט אַז ער איז אָנגערירט אין מוחין אין אמונה ח"ו אין ידיעות נאָר ער מיינט אַז ער איז אַ בעל מוחין, ער זאָגט אַז ער איז אַ משכיל, לערנט חסידות און ער האָט האָלט אַ וואָרט חסידות נאָר צום בפועל ממש איז דאָס ניט נוגע, עס טרעפט אַמאָל אַז ער דאוונט באריכות, אָבער דער דאַוונען איז אויך אָן תכלית פון עבודה, און דאָס איז ער מואב, ער איז רע, דער רע פון מוחין31.

בעלי במות ארנון, פאַראַן אַ חברה בעלי במות'ניקעס, בעלי מציאות'ן און בעלי הרגש, וואָס זיי זיינען מרגיש נאָר זיך, עס איז ניט פאַראַן קיין טעם פאַר וואָס ער איז אַ מציאות בעיני עצמו, לערנען קען ער ניט, פאַר וואָס קען ער ניט וויילע ער לערנט ניט און געפינט כמה טעמים פאַר וואָס ער לערנט ניט, לערנען אין שוהל כמנהג ישראל איז ניט לפי כבודו און דאָס האָט ער קיין צייט ניט, ער איז אַ חסיד אָבער קיין חסידות לערנט ער ניט, און פון זיך שטאַרק צופרידן.

די התחלה פון אַלץ איז באו חשבון, אַז מיא מאַכט אַ חשבון צדק דאַן איז דער אש יוצא מחשבון, און די להבה פאַלט אויף אַ ריכטיקן אָרט, דאָס הייסט אין זמן תפלה וואָס דאָס איז דער עת רצון דאַן צוברעכט דאָס דעם קרית סיחון, און די החלטה טובה וואָס אין תפלה איז אכלה דעם ער מואב און צוברעכט די בעלי במות ארנון.

און דאָס איז דער ענין וואָס חסידות איז שימו לבבכם חסידות מאַכט צוטראָגן דעם ענין צו זיך, און זיך צום ענין, און אַז ער זאָל נתעצם ווערן מיט דעם. דאָס הייסט אַז אַלע זיינע ענינים אין עניני עולם זאָלן זיין על דרך ואופן תורת החסידות.

שאל א' מהמסובים כאשר מזדמן לפעמים שאין זמן על עבודה שבלב בתפלה אם יכולים לצאת ע"י לימוד ספרי מוסר כמו ראשית חכמה וכו'.

וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א, עס איז פאַראַן אַלערליי געשעפטן. על דרך משל, אַז איינער פאָרט אַרויס פון שטאָט נעמען אַ געשעפט, מאַכן אַ כלי אויף פרנסה און עס טרעפט אים אַ באַקאַנטער און פרעגט אים אברהם וואוהין פאָרסטו, ענטפערט ער איך גיי נעמען אַ פּאַדראד32. נאָכדעם טרעפט ער אַ צווייטן, פרעגט ער אים ווידער און דו יצחק וואוהין פאָרסטו, ענטפערט ער די פרנסה איז שוואַך איך גיי ווערן אַ מקבל.

הערות

  1. 30. חוקת שם.
  2. 31. ראה לקו"ת חוקת סו, ג.
  3. 32. קבלנות.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.