253
בצבור ניט געהיילט און ניט געחאַפּט איז קיין צייט ניטאָ, אויף לערנען אַ שיעור בכל יום איז קיין צייט ניטאָ, און אַזוי אַרום ווערט מען פאַרפּראָסטעט און פאַרקילט.
איז אַז השי"ת העלפט אַז מי ווערט נתעורר אין דעם באו חשבון אַז מי קוקט זיך אַרום וואו מי האַלט אין דער וועלט, און מי מאַכט אַ חשבון צדק בנפשו, איז דאַן אש יצא מחשבון, פון דעם חשבון שפריצט פייער.
להבה מקרית סיחון
סיחון איז מלשון הזזה והעתקה, וכמ"ש27 כאשר יפרש השוחה, דהשט במים ענינו שנעתק ממקום למקום, כן התפלה נקראת שיחה28 שענינה בעבודה הוא שהאדם יזיז א"ע ממקומו הראשון ויעתיק עצמו לטוב יותר, וואָס די החלטה טובה שבתפלה דאַרף דאָך זיין אויף דער עבודה שבכל יום.
קיר איז אַ וואַנט וואָס איז מפסיק בין מוחין למדות און פון מדות ביז דעם פועל ממש אַז הגם אין מוח השכל פאַרשטייט מען אַז תורה ומצות ומדות טובות זיינען גוט, און מכל מקום ווערט ניט קיין התעוררות המדה און אפילו ווען עס ווערט אַ התעוררות המדה איז צום בפועל ממש איז דאָס ניט נוגע.
אין טוב פון עולם איז דאָך אויך פאַראַן שכל, נאָר עס איז ניט פאַראַן קיין דבר המפסיק. אין טוב העולם איז דאָך אויך פאַראַן דער פאַרשטאַנד ער איז דאָך ניט קיין בהמה, אַ בהמה ציט זיך אחרי עיני', אָבער ער איז דאָך אַ אדם, איז דאָך פאַראַן פאַרשטאַנד נאָר גלייך פון פאַרשטאַנד, אַז ער פאַרשטייט אַז די זאַך איז ניט פאַר אים גוט ווערט גלייך די מדה. דאָס הייסט עס ווערט דער גרויסער וועל און גלייך איז שוין דער פועל ממש.
אָבער אין עבודה איז פאַראַן אַ הפסק בין מוחין למדות ובין המדות אל הפועל, וואָס עס איז פאַראַן אין דעם אַ שהיות זמן, פריער געווערט ביז ער פאַרשטייט, און אַז ער פאַרשטייט שוין יע דעם ענין שכלי, און לפעמים גאָר מיט אַ פיינעם פאַרשטאַנד, ביז ער זאָגט אין דעם גאַנץ פיינע סברות, אָבער עס געווערט ביז עס איז פועל בהמדות. אַז עס זאָל זיך אָנהויבן וועלן. און אַז עס ווערט יע אַ וועל געווערט ביז דעם פועל ממש, מען רעט דאָך פון אַזעלכע וואָס האַלטן באַ עטוואָס, אטו בשופטני עסקינן29, ער דאַוונט און לערנט און טוט אַ מצוה, טוט אַ אידן אַ טובה און איז אַ חסיד, אָבער ער רירט זיך ניט פון אָרט.
און דאָס איז קרית סיחון, וואָס ער רירט זיך ניט פון אָרט, מען מיינט ניט אַז די הזזה זאָל זיין אַ הזזה אמיתית אַ יציאה פון הגבלה גשמי', פון דעם רעדט מען ניט, פשוט עטוואָס אַריר טאָן זיך פון אָרט וואָס ער שטייט, הן בעסער ווערין אין יראת שמים, און הן אין מדות טובות, טוט ער זיך ניט אַריר.
אָבער אַז מען מאַכט דעם ריכטיקן חשבון הנפש מיט אַלע זיינע פרטים, אדעת' דנפשי' אָן אהבת עצמו, איז דאַן אש יצאה מחשבון, פון דעם גייט אַרויס אַ פייער וואָס די ערשטע להבה, דער ערשטער פונק פאַלט אויף דעם קרית סיחון, ווי מיר זעהען במוחש אַז דער
הערות
- 27. ישעי' כה, יא.
- 28. ראה ברכות כו, ב. ע"ז ז, ב. סה"מ תרפ"ט ע' 225.
- 29. ע"פ ב"מ מ, א. ב"ב ז, א. ובכ"מ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.