251
כתב את המעשה בסוף הנחת דרוש הנ"ל, בקיצור, וכ"ק אביו הוד כ"ק אדמו"ר צ"צ ביאר לו מהות כשרונותיהם של האברכים, תלמידי כ"ק זקנו רבינו הגדול, והפלאת עבודתם. ואמר בזה"ל נאָר די התפעלות באתגליא איז איבעריג. האָט דער טאַטע (כן סיפר לי הוד כ"ק אאמו"ר) געפרעגט ביין זיידען, ווי דען דאַרף זיין. האָט דער זיידע געענטפערט16, עס דאַרף זיין ע"ד ווי משה רבינו ביי קרי"ס, בעת קרי"ס ראו כל ישראל אלקות במוחש בגילוי ממש און זיינען געווען אַרויס פון גדר כלים לגמרי, מצד די התפעלות הגדולה על אלקות. האָט דער טאַטע געפרעגט, און וואָס איז געווען מיט משה'ן. האָט דער זיידע געענטפערט, משה האָט געהאַט קאַלטע בראנד17, עס האָט געברענט און געקאָכט אָבער אַלץ קאַלט (והיו עוד הרבה דברים בזה).
איצטער המשיך כ"ק אאזמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע דבריו הקדושים אַז מיר האָבען זוכה געווען צו חסידות וואָס דורך מס"נ, איז בעזה"י קען מען צו קומען צו די העכסטע מדריגות פון עבודת המוחין בכח עצמו.
אָט אַזוי האָט דער טאַטע געזאָגט, אַז מיא זאָל דאָס פאַרשטיין, איז דער ענין אין דעם עס איז פאַראַן אַפאַל אין עבודת המוחין וואָס דאָס איז בדרך מתנה וואָס אַ רבי גיט אַ חסיד, וכהמעשה הידוע18 פון ר' יקותיאל לעפלער, וואָס ער איז געווען אַ איש פשוט, נאָר ער האָט זיך איבערגעגעבן דעם רבין19 בכל עצמותו ממש כידוע וואָס ער האָט ארויף געקלעטערט צום רבין אויפן אויבערשטיבל מיט אַ געשריי, רבי האַקט מיר אָפּ דעם לינקן זייט19 ואח"כ נכנס על יחידות ודבר מה שדבר, ורבינו הגדול השיב, רבש"ע ואתה מחי' את כולם כתיב20, האָט ער אָנגעהויבן לעבן אַ חיים רוחני ממש, ער האָט געזעהן גילוי אור במוחש.
דער רבי האָט אים אַוועקגעשטעלט במקום אורה, נאָר דאָס איז דאָך בדרך מתנה, מ'דאַרף צו קומען צו אור און גילוי בכח עצמו, דורך אַ עבודה בסדר והדרגה, וואָס דאָס איז דער לימוד אין חסידות, ווי צו גיין מדרגא לדרגא ווי איינער גייט בסולם, וואָס ער דאַרף גיין משליבה לשליבה ביז ער קומט צו צום ראש הסולם.
נאָר אין פלוג איז דאָך דאָס ניט מובן, הן אמת חסידות איז המאור הכללי, אָבער ווי איז דאָס אויף איין יתד כמה ענינים כללים כנ"ל דחסידות השכלה — הבנה — ידיעה — עבודת הלב — וכו' וואָס ביניהם איז דאָ אַ זעלכע ענינים וואָס זיינען ווייט איינע פון די אַנדערע כמו השכלה איז נאָר לעצמו, בעת איינער בעדאַרף דורך טאָן אַ טיפן ענין אין לערנען הן נגלה והן חסידות, איז דער זולת אים מבלבל, דאָס וואָס עס שטייט21 הרבה קבלתי מרבותי כו' מחברי ומתלמידי יותר מכולם, דאָס איז לאחר אַז מיא ווייס דעם ענין, אָבער אויף דורך לערנען גרונטיק דעם ענין און דורך טאָן אים, איז נאָר לעצמו, און מדות טובות איז נאָר לזולתו כידוע, איז
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.