248
הלמאי זאָל מען שטיין אין סדר השתלשלות און האָבן צרות צרורות, יסורים קשים ומרים און לאח"כ יאיר הנס, וואָס הוא ית' איז דאָך אַ זיסער טאַטע און עס ווערט גוט, איז דאָך בעסער כדאי אַז מען [זאָל] דורך תומ"צ ממשיך זיין מלמעלה מהשתל' אין השתל'. וואָס וועט זיין די פרנסה דערפון, אַז מען וועט פטור ווערן פון אַ פּעקל צרות.
חסידות מאָנט דעם שימו לבבכם
אין דער תורה איז לאחר כל הדברים פון אלה הדברים אשר דיבר משה3, וואָס בתחלה איז משה געווען לא איש דברים4, משה איז ניט געווען קיין ריידער, משה איז געווען נאָר אַ עובד, נאָכדעם איז משה געוואָרן אַ ריידער5, עבודה בפועל ברענגט דעם חוש עס זאָל אַרען פאַר דעם אַנדערן, און מען זאָל מיט דעם זולת ריידען דברי התעוררות, משה איז געוואָרן אַ ריידער, און גערעדט שאַרפע ברענענדיקע רייד.
אָט דער כבד פה וכבד לשון4 האָט אָנגעהויבן ריידן5, און ווי אַ עובד רעדט, הגם משה איז דאָך געווען אַ משכיל נפלא, משה איז די מדריגה פון חכמה דאצי', מ"מ איז אין זיין דבור עם ישראל רעדט ער ווי אַ עובד. וואָס דאָס איז דער יתרון פון מדרי' משה על מדרי' חכמה דאצי', חכמה דאצי' הגם שהיא בחינה נפלאה, בחי' כ"ח מ"ה אבל כ"ז הוא באצי', אבל משה6 הי' למטה בעולם הגשמי, ובעולם זה הי' במדרי' חכמה דאצי' היינו בתכלית הביטול, און אין דעם גאָר פשוטען אידן האָט ער געפונען די טיפסטע מעלות.
אַ משכיל אמיתי מוז זיין אַ עובד, וואָרום עס איז דאָך אין חכם כבעל הנסיון7, דהנסיון בפועל הוא מאמת אמיתית ענין החכמה, איז דער וואָס איז אַ חכם נפלא און אַ משכיל אמיתי איז ער אַ עובד, און דער וואָס איז אַ עובד איז אַ משכיל ווי מיר זעהען במוחש דאלו אשר עסקו בעבודה הגיעו למעלות נפלאות הרבה יותר מאלו שהתעסקו בהשגה לבד.
השכלה ועבודה הא בהא תליא, ומ"מ ישנם חילוקים אם ההשכלה מביאה את העבודה או העבודה מביאה את ההשכלה. משה הגם ער איז געווען אַ משכיל נפלא דער ריידן זיינער איז אַ עבודה'דיגער ריידן, וויילע באַ אים איז די התגלות כחות ההשכלה געקומען ע"י עבודה, דער אָנהויב איז געווען עבודה.
אַ עובד רעדט צו דער זאַך בהנוגע אל הפועל, און געפינט אין יעדער זאַך דאָס וואָס איז נוגע אל הפועל. איז נאָך אַלע שאַרפע דבורים וואָס אין כי תבוא נצבים וילך, און נאָך שירת האזינו, און נאָך דעם ווי עס שטייט8 ויכל משה לדבר את כל הדברים האלה אל כל ישראל, דאָס הייסט אַז אַלץ איז אָפּגירעט און אַלץ איז אָפּגעזאָגט, איז ערשט דאַן שטייט9 ויאמר אליהם שימו לבבכם.
שימו לבבכם, שימו לבבכם
חסידות איז השכלה חסידות איז
הערות
- 3. דברים א, א.
- 4. שמות ד, י.
- 5. ראה דב"ר פ"א, א. זח"ב כה, סע"ב.
- 6. ראה לקו"ת נצבים מט, ב. ובכ"מ.
- 7. עקידה פ' נח שער יד ד"ה [הקדמה] השלישית. וראה סה"מ תרצ"ז ע' 176.
- 8. האזינו לב, מה.
- 9. שם, מו.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.