246

ופאלאצק והסביבה. ועוד הרבה מהעוסקים בבנינה של החסידות.

וכך הי' לשונו הק' של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, בעת אשר סיפר לי סיפור זה:

אַמאָליקע חסידים האָבין גיהאַט אַ הרגש פנימי אין חסידות און גיפילט עבודה פנימית, יעדער זאַך איז גיווען ריין קלאָר, און מיא האָט גיוואוסט דיא גרַאדין19 פון אמת, זיי האָבן גיהאַט אַ ריכטיגן גראדעסניק20. דריי יאָהר האָבן אַזעלכע גרייסע אידן חסידים משכילים און עובדי הוי' באהוי"ר גיטאָן אַ ענין פנימי מיט מס"נ ממש, גירעט דברים היוצאים מן הלב, און יעמולט גופא האָבן זיי גיוואוסט אַז זיי אַליין האָבן נאָך ניט דיא אמת'ע התקשרות צום זיידן ויא אַ איבערגיגעבענער חסיד. און ערשט אין דראיי יאהר אַרום זיינען זיי ערשט צוא גיקומען צוא דעם. אָט דאָס איז אַ חסיד, און דאָס איז חסידות, אַז השי"ת העלפט און מיא קומט שיים צוא, צוא גאָר הייכע מדריגות, השגה גמורה בהעמקת הדעת, און טאַקע מיט אַ דעת רחבה, ואָס דאָס איז דער העכסטער פאַהל און דיא העכסטע מדריגה אין השכלה, דאָס הייסט ויא דיא השכלה שטייט אין כח המשכיל, וואָס דאָרטן איז דאָך דאָס מיט אַ מרחב עצמי, וארעם ויא דיא השכלה גייט שוים אַרויס ממקורה בהכח המשכיל להתגלות איז דאָך דער ערשטער גילוי דער ברק המבריק פון חכ', דער ברק המבריק איז דאָך אין אַ נקודה, וויילע כל ראשית הגילוי הוא בנקודה, אָבער אין כח המשכיל אַליין דאָרטן איז דאָך דיא השכלה בהרחבה גדולה. און אַזיי האָבין אַמאָליקע חסידים הגדולים21 אַ ענין שכלי, וואָס דאָס איז דאָך אַלץ מער ניט ויא שכל לבד, ע"י עבודת התפלה והתבוננות האָבן זיי זוכה גיווען אויף דער הערין דעם אלקות פון השכלה ואָס דאָס איז דער חיות ופועל באהוי"ר, וחיות זה פעל עליהם לעשות עבודתם במס"נ. איז דאָס דאָך אַ הייכע מדריגה. און יעמולט גופא האָבן זיי גיהאַט אַ קנה מדה, און האָבן גיוואוסט אַז עס איז נאָך ניט דאָס ויא עס בעדאַרף זיין. ערשט אין דראיי יאָהר אַרום זיינען זיי צוגיקומען צוא דער הכרה פנימית פון התקשרות אמיתי.

הערות

  1. 19. מעלות.
  2. 20. מודד חום.
  3. 21. כ"ה בכי"ק. ואוצ"ל: פארשטאנען.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.