211

בטוח ניט. דו ווייסט אַליין גאַנץ גוט עס איז געווען גרויסע גבירים, ערלעכע מענטשן מיט אַ אמת, גרויסע באַנקן זייער רייכע, און אַז עס איז געקומען ר"ל אַ ביטערע צייט, אַ מלחמה, אָדער אַ אַנדער אומגליק ר"ל, איז אויס בטוחים, ניטאָ קיין גבירים ח"ו צו קראָכן, צו שוואומען די קאַפּיטאַלן, פונדעסטוועגן דיינע פּאָר רובל וואָס השי"ת האָט דיר געגעבן להצלחה האַלסטו ווייטער באַ די זעלביקע בטוחים, דו גלויבסט. און אין השי"ת וואָס ער האָט זיך ניט פּראָטעסטירט, און וועט זיך ניט פּראָטעסטירן, איז פאַרוואָס גלויבסטו אים ניט אַז ער וועט געבן פרנסה אַז מיא וועט היטן שבת, און קובע זיין עתים לתורה.

צעירי אגודת ישראל, דער חסרון אין אייך איז, וואָס איר מיינט אַז איר זייט נאָך אַלץ צעירים, במילא פאַר צעירים איז דאָס גענוג. פאַר אַ קינד איז זיין שכל גענוג, נאָר מיא דאַרף וואַקסן, איר זייט שוין ב"ה מענטשן אויסגעוואַקסענע מיא דאַרף לערנען און מיא דאַרף שטייגן אין יראת שמים.

שאל השואל: מה החילוק בין חנוכה לפורים, הלא גם בחנוכה הי' מס"נ.

והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א, בודאי שיש חילוק ביניהם, נאָר אַרויסגעבן אין וואָס דער חילוק איז, איז אין השגה אַליין גיט זעך דאָס ניט אַרויס. והמשל בזה אַז איינער קומט צו אַ מבין פרעגן אויף פּערל, וואָס איז דער אונטערשייד פון דעם מרגלית ביז דעם אַנדערן, איז אַז ער האָט די פּערל ווייזט מען אים דאָס איז אַזאַ פּערל און דאָס איז אַזאַ, וואָס די הבחנה איז דאָך אַ הבחנת השכל, אבל היא מתלבשת בראיית העינים, איז אַז ער האָט די פּערל און די אַנדערע פּערל קאָן מען עם געבן צו פאַרשטיין דעם אונטערשייד פון איין פּערל ביז דער צווייטער, אָבער אַז ער האָט ניט די פּערל און ער זעט ניט די פּערל, קען מען אים ניט אַרויסגעבן דעם חילוק פון די פּערל.

פורים איז וקבל היהודים את אשר החלו לעשות39, דאָס איז דער בכן פון פורים, שטיין שטייט וקבל לשון יחיד, היהודים את אשר החלו כו' לשון רבים, לכאורה האָט געדאַרפט שטיין וקבלו לשון רבים, פאַרוואָס שטייט וקבל לשון יחיד. תורה האָבן גענומען אַלע אידן, און מקיים זיין דאַרף יעדער איינצלטער, און דאָס גיט אַ כח אין דעם גאַנצן כלל ישראל, אין געזונט און פרנסה טובה.

דער פירוש הפשוט פון וקבל היהודים את אשר החלו לעשות אין טאָג טעגלעכן לעבן בפועל ממש איז אַזוי, החלו לעשות, החלו הייסט לשון חול וחולין, וואָכעדיק. דאָס הייטס אַז די זאַכן וואָס זיי האָבן געמאַכט חולין, און מיא האָט אין דעם פוגם געווען, קבלו עליהם לעשות, צו פאַרריכטן40 און פאַרריכט דורך מסירת נפש, וזכו לגאולה.

השי"ת זאָל געבן אידן די שטאַרקייט מנצח זיין די המן'ס, וכל קרני רשעים יגדע ותרממנה קרנות צדיק41, כמ"ש42 ועמך כולם צדיקים, ונזכה לגאולה שלמה בב"א.

הערות

  1. 39. אסתר ט, כג.
  2. 40. ראה רש"י לב"ר פי"א, ו. לקו"ת שלח לח, ב. ובכ"מ.
  3. 41. ע"פ תהלים עה, יא.
  4. 42. ישעי' ס, כא.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.