208
דאָס וואָס דאַרף פאַרנעמען, פאַרוואָס איז מען ניט קובע עתים אויף אַ חשבון, בערעכענען וואָס וועט זיין.
וואָס איז מען פאַר חסידים אַז מען לערנט ניט קיין חסידות29, און מען דאַוונט ניט כדבעי בעבודה פנימית, מיא טראָגט אַ גאַרטל, דאָס איז זייער גוט, הלואי וואָלט געווען אַ חגורה פנימית, אַז מיא זאָל אַרום געגאַרטעלט זיין מיט אותיות פון תורה, ווי מען האָט אַפולע מאָל אין דעם גערעט, אַז מיא זאָל באמת ניט זיין שייך צו וואָס מיא דאַרף ניט.
וואו זיינען די דאָנערשטיקע נעכט, אַמאָל פלעגן חסידים זיצן דאָנערשטיקע נעכט און מען פלעגט טאָן אין לערנען אין עבודה פנימית. וכידוע דיש בזה ב' ענינים, א' ענין התיקון ב' ענין העבודה, איך רייד וועגן דעם ענין העבודה פון דאָנערשטאָג.
אַז מיא איז דאָנערשטאָג געזעסן, און געטאָן מיט זיך, איז דער שבת געווען אַ אַנדערער, שבת פלעגט מען דאַוונען, און אַז עס זאָל זיך דאַוונען איז געווען אַ הכנה לזה דער פאַרן דאַוונען, ניט ווי איצטער אַז די קאַפע איז די הכנה לתפלה.
אַמאָל אַז אין די וואָכעדיקע טעג מאָנטיק אָדער דינסטיק, האָט מען פאַרפעלט דעם ענין העבודה בתפלה, פלעגט שבת זיין דער ענין העבודה דתפלה, נאָר שבת איז דאָס אין אַ העכערן אופן.
עס האָט גימאָגט זיין אַזעלכע וואָס מאָגין זיך פאַרגינען אַז באַ זיי זאָל זיין דער ענין פון להתענג על ה'30. עס איז פאַראַן כמה ענינים בתפלה, להתענג על ה', לחזות בנועם ה'31, לאסתכלא ביקרא דמלכא32, און פשוט דעם ענין פון הקרבת הקרבן, נאָר בכל אופן איז שבת דאָס באופן יותר נעלה.
וואָס קאָן מען מאָנען באַ בעלי בתים אַז די קעפּ זיינען ליידיק. די וואָס זיינען די ראשי העדה זיינען ניט איבערגעגעבן לתורה כנ"ל, און מען איז ניט טועם קיין טעם בהתקשרות דתפלה, וואָס קאָן מען מאָנען באַ בעלי בתים.
אמת, עס איז פאַראַן אַפולע התנצלות פאַרוואָס מען איז ניט קובע עתים ללימוד דא"ח, און מען דאַוונט ניט ווי מען דאַרף. נאָר התנצלות איז אַ ענטפער ח"ו אויף אַ דין ומשפט, אָדער אַז מען מאָנט באַ אים, אָבער באיי זיך אַליין ווייס דאָך יעדערער דעם אמת, אַז עס איז ניטאָ קיין התנצלות, השי"ת זאָל עפענען די צנורי הפרנסה לכלל ישראל, אָבער בכל אופן מוז מען קובע עתים לתורה זיין.
מען דאַרף קובע עתים זיין לתורה און מען דאַרף שלעפּן דעם אַנדערן אין בית מדרש לעתים הקבועים לתורה, פאַרוואָס אַז מען זעט אַז דער אַנדערער טוט אַ עולה אין עניני ממון רעט מען אים אויס, און דעם וואָס איז מער נוגע אים, שרייט ער און רופט אים צום רב אָדער צו מענטשן, און פאַרוואָס אַז מען זעהט אַז דער אַנדערער פירט זיך ניט ווי מיא דאַרף אין ענינים רוחנים אַרט דאָס גאָר ניט. געוויס דאַרף מען יענעם זאָגן נאָר באופן כזה שלא לביישו ח"ו אדרבא עס דאַרף זיך זייער ווייטאָן.
הערות
- 29. ראה גם אגרותקודש ח"א ע' רמז. ח"ב ע' כא.
- 30. ע"פ תהלים לז, ד.
- 31. תהלים כז, ד.
- 32. ראה זהר ח"ב רמז, ב. ח"א קצט, א לח, ב. ח"ג יג, א. לקו"ת שה"ש מא, ד. סה"מ תרפ"ט ע' 165.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.