206

אויף לימוד התורה און קיום המצות, אידן זיינען געווען דעם גאַנצן יאָהר19 אין מסירת נפש אויף דעם קיום פון תורה און מצות.

המן הרשע ימ"ש האָט געוואָלט להשמיד להרג ולאבד את כל היהודים20, המן ימח שמו האָט געוואָלט אויסרייסן יהדות, אידישקייט.

המן הרשע ימ"ש האָט גוט געוואוסט אַז אידישקייט איז מושרש ב"ה באַ אידן און אַז אין דעם זיינען אַלע נער וזקן טף ונשים גלייך, איז ער געפאַלן אויף אַ המצאה און האָט איינגערעדט אחשורוש'ן מאַכן אַ סעודה גדולה, און מכשיל זיין אידן מיט אכילת טריפה21, און יעמולט וועט ער זיי שוין חלילה אַריין נעמען אין זיין רשות.

המן האָט גוט געוואוסט אַז אידן מכשיל זיין אין מאכל טריפה וכו' איז שווער, שטייט אין מדרש22 סעודת ארץ ישראל הראה להם, ער האָט אָנגעהויבן מיט אַ ענין של קדושה, סעודת ארץ ישראל, און מיט דעם האָט ער זיי מכשיל געווען בטריפה וכו', און פון דער סעודה וואָס ער וועט מכשיל זיין די אידן האָט המן הרשע געהאָפט אַז ער וועט זיין בכח גוזר זיין אויף אידן אַז מיא זאָל ניט לערנען קיין תורה און ניט מקיים זיין קיין מצות און אַזוי אַרום האָט המן הרשע ימ"ש געוואָלט הי' לא תהי' אויסרייסן יהדות.

מרדכי היהודי וויסענדיק אַז יעדער גורל פון אַלע אידן און פון אידישקייט איז תלוי אין דעם חינוך פון די קינדערלעך, דער חינוך איז דער יסוד פון בית ישראל און יסוד פון יהדות, האָט ער אַוועקגעגעבן די גאַנצע כחות זיינע צונויפקלייבן קליינע קינדער און האָט מיט זיי געלערנט תורה און דאָס האָט געגעבן אַלע אידן די שטאַרקייט שטיין אַ גאַנץ יאָר אין דעם מסירת נפש פון קיום התורה ומצות, און דורך דעם מסירת נפש האָבן זיי זוכה געווען צו אַ גאולה.

כמו כן איצטער אויך, מיא דאַרף שטיין מיט אַ מסירת נפש אויף לימוד התורה און קיום המצות, מיא טאָר ניט נאָך לאָזן אַ האָר, מיא דאַרף לערנען אותיות התורה און היטן די נקודות, היטן די קדושת התורה, און דאָס איז די עבודה פון פורים, צו קומען צו דעם, אַז קיין המן זאָל גאָר ניט זיין.

שאל רמ"ח שי' שו"ב23 הלא ענין מס"נ יכול להיות בכל השנה, ומהו זה שבפורים דוקא יכולים להיות במדריגה זו.

והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א: פורים הוא ר"ה למסירת נפש, פורים דאַרף מען זיך אָנשעפּן מיט דעם כח פון מס"נ אויף לימוד התורה ווי אונזערע אבות אבותינו האָבן געלערנט, און קיום המצות בקבלת עול מלכות שמים על כל השנה, אַז אַ גאַנצן יאָר זאָל מען ליגן אין דעם אַז די קינדער זאָלן לערנען באַ ערלעכע אידן מלמדים, מיא זאָל לערנען אותיות ונקודות24, און מיא זאָל מאַכן חדרים וואָס מיא לערנט גמרא בהנהגה של

הערות

  1. 19. ראה תו"א מג"א צז, א. שערי אורה צ, ב. סה"מ עטר"ת ע' שו. תרפ"א ע' קצא. לעיל ע' 14 הערה 27.
  2. 20. אסתר ג, יג.
  3. 21. ראה מגילה יב, א. שהש"ר פ"ז, ח.
  4. 22. אסת"ר פ"ב, א.
  5. 23. ר' מרדכי חפץ מדיסנא. שו"ב בריגא. ראה לעיל ע' 41. וש"נ.
  6. 24. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.