204
אַ שלעכטער מענטש אָדער אַ שלעכטע אויג (ניט קיין פאַרגינער, אַ בעל מקנא) און דער וואָס האָט אַ שלעכטן מויל, אַ ליגנער, אַ בעל רכילות, אַ מענטש וואָס זאָגט חלילה אַ קללה וואָרט, איז די אַלע זאַכן מוז מען עוקר זיין מן השרש. וואָרום פון די שלעכטע זאַכן קען ניט זיין קיין גוטע זאַך. ניין, די אַלע זאַכן מוז מען אַרויסוואַרפן ווי אַ אומריינע זאַך און דאָס איז דער טייטש ובערת הרע מקרבך.
פאַראַן ענינים וואָס זיי זיינען אין ניט גוט, אָבער מיא קאָן זיי מאַכן אַז זיי זאָלן זיין גוט. ועד"מ די גוטע שטיקלעך וואָס דער בעל מלאכה געפינט אין דער כלי, דאָס הייסט די חלקי הטוב, דאַרפמען אַרויסנעמען פון דעם וועלטיקן זומפּ, אויסרייניקן זיך פון דעם וועלטיקן שטויב און בלאָטע וואָס קלייבט זיך צונויף אין משך פון יאָרן ליצנות דברים בטלים וכו', וואָס דאָס איז דער הפרש פון שכל אלקי וואָס אין תורה און מצות איז, צו שכל אנושי.
שכל אנושי האָט לכאורה געדאַרפט ווירקן אויף די מדות פון דעם מענטשן, און באמת אין בפועל ממש זעהען מיר אַז שכל אנושי ווירקט ניט.
עס איז פאַראַן וועלטיקער שכל, דאָס וואָס די וועלט רופט שכל, אַז מיא פרעגט באַ איינעם פאַרוואָס טוסטו אַזוי, פאַרוואָס שערסטו די באָרד, פאַרוואָס פירסטו זיך מיט אַזאַ הנהגה, אין פערשידענע זאַכן, ענטפערט ער וויילע אַזוי טוט די וועלט. דאָס הייסט אַז דער ענטפער זיינער איז, ער ווייס ניט פאַרוואָס ער טוט אַזוי, נאָר די וועלט טוט אַזוי טוט ער אויך אַזוי. און דער אמת איז אַז יענער ווייס אויך ניט פאַרוואָס ער טוט אַזוי, נאָר די אַלע זיינען זיך סומך אויף דעם מנהג העולם. דאָס הייסט אַז די אַלע וואָס טוען אַזוי זיינען זיי ווי גופים אָן אַ קאָפּ. און דאָס איז די סתם וועלטיקע הנהגה אַ גוף אָן אַ קאָפּ.
שכל אנושי איז אַ קאָפּ אָן אַ גוף. שכל אנושי פאַרשטייט אַז מדות רעות, און אהבת עצמו איז ניט גוט. און מדות טובות און אהבת ישראל איז גוט. מדות רעות איז מגונה און מיאוס. מדות טובות איז נאה און שיין. דאָס אַלץ פאַרשטייט שכל אנושי זייער גוט. אָבער די אַלע פאַרשטאַנדן וואָס מיא פאַרשטייט עפ"י שכל זייער גוט, בלייבט דאָס מער ניט ווי אין קאָפ, דאָס הייסט אַז צו דעם פועל ממש איז דאָס ניט נוגע. דעם פאַרשטאַנד ברענגט מען ניט אין לעבן. דאָס רופט מען אַ קאָפּ אָן אַ גוף.
עס איז פאַראַן קראָמען וואָס האַנדלען מיט כלים חדשים. מיט אַנטיק סחורה. אידן זיינען בעלי מדות טובות בטבע תולדתן, ביישנים רחמנים גומלי חסדים10. אָבער אידן זיינען דאָך מפוזר ומפורד בין העמים11, איז הגם די כוונה פנימית אין דעם פיזור איז דאָך לטהר האויר דורך תורה ועבודה, אָבער דערווייל זיינען זיי דאָך במקומות ומדינות שונות, איז פאַראַן עכרורית און עפרוריות פון מנהגי המדינות וואָס עס האָט זיך אָנגעקליבן, און דאָס דאַרפמען מברר זיין. פאַראַן אַ זעלכע זאַכן וואָס מיא מוז זיי דוחה זיין לגמרי, און פאַראַן אַ זעלכע זאַכן וואָס מיא קאָן זיי אויסניצן אין דרכי התורה והמצוה, אָבער אַלע פאַרשטייען קלאָר אַז ניט דאָס אַליין איז דער תכלית פון עבודה,
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.