202
דרגא פון סור מרע. אָבער פון תיקון המדות הויבט זיך אָן דער אל"ף פון דער דרגא ועשה טוב. און די עבודה פרטית פון ועשה טוב איז שוין גאָר אַ אַנדער דרגא. נאָר אין דער דרגא פון ועשה טוב גופא איז אויך דאָ מדריגות חלוקות און דערפאַר איז מכל מקום ניט גלייך די עבודה פרטית פון תיקון המדות צו דער עבודה פרטית אַז עס זאָל זיין דער פעולת המדות.
פעולת המדות מיינט מען ניט נאָר בפועל ממש פון דער מדה דאָס הייסט אַז תיקון המדות איז מער ניט ווי עד"מ איינער מאַכט אַ כלי, אָבער די כלי איז מער ניט ווי אַ כלי מוכנה אל הפועל, און פעולת המדות הייסט אַז די כלי איז שוין אין אַרבעט. איז ניט אַזוי.
תיקון המדות איז אויך אַז די מדות זיינען בפעולתם, נאָר זייער אופן הפעולה איז ווי מדות עפ"י השכל זיינען, וואָס דער שכל פועלט דורך די מדות, און די מדות זיינען בחלישות מפני אור השכל. אָבער פעולת המדות איז, אַז די מדות זיינען פועל דאָס וואָס דער שכל פאַרשטייט. והעיקר בזה הוא. היינו היתרון על המדרי' דתקון המדות הוא בזה וואָס דער אופן הפעולה איז כטבע המדות מיט אַ התפעלות והתרגשות דאָס הייסט אַז דאָס איז טאַקע דער פעולת השכל, אָבער אין דער דרגא ווייזט זיך אַרויס און עס זעהט זיך אָן דער יתרון המעלה וואָס עס איז דא בטבע ההתפעלות (שהוא מדות) על טבע וענין הקרירות שהוא עכ"פ צל וענף המתינות המתיחס אל טבע השכל.
און עס איז ניט גלייך די עבודה פרטית פון פעולת המדות צו דער עבודה הפרטית פון חיות המדות. וואָס חיות המדות הייסט שוין מדות שכלים חיים. וואָס די מדות שכלים החיים איז בענינם זיינען זיי העכער, לא מיבעי פון מדות שבשכל, נאָר אויך אפילו פון שכל שבמדות, וואָרום שכל שבמדות איז דער שכל שטייט אין אַ התעלמות אין דער מדה, דערפאַר בעת עס איז דער גילוי השכל קאָן ניט זיין די מדה, און בעת גילוי המדה מוז זיין דער התעלמות השכל, אָבער אין חיות המדות איז די מדה שכל און דער שכל מדה וכחדא אינון.
און דאָס איז דער ענין אַז די אמתע זאַך פון עבודה איז אויף מדות, היינו אין דער עבודה פרטית פון יעדער פאַל האמורים למעלה. אָבער דער ענין פון יגיעה איז אויף מוחין אויף דער ידיעה והשגה טובה, און אויף מוחין אַז עס זאָל זיין ההשפעה והפעולה על המדות.
דער ערשטער צוטרעט צו עבודת השי"ת מוז זיין ובערת הרע מקרבך4, פרעגט זיך דאָ אַ קשיא פון וואַנען ווייס מען אַז ער האָט רע אין זיך. עס איז דאָך פאַראַן אַ כללותדיקער חסרון, דאָס וואָס יעדערער איז ער זיך אַליין שטאַרק גיפעלן און געפינט אין זיך קיין חסרון ניט. און טאָמער פילט ער יע עפּעס אַז באַ אים איז ניט גאָר אַלץ אַזוי ווי עס דאַרף צו זיין, האָט ער דערויף באַ זיך אַליין כמה התנצלות און לימוד זכותן, ביז ער איז בעיני עצמו גאָר אַ בעל מעלה.
איז ווי ווייס מען צי ער האָט רע ביי זיך, אויף דעם שטייט תיסרך רעתך5, דיין אייגענער רע פּייניגט און שטראָפט דיך6. אָט פון דעם וואָס ער זעט רע
הערות
- 4. ראה יג, ו. שופטים יז, ז. ועוד.
- 5. משלי ב, יט.
- 6. ראה דרך חיים ע' 54. וראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 106.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.