198
פון דעם ערשטן טאָג וואָס אַ אידישער קינד ווערט געבאָרן באַ זיינע עלטערן, ביז דעם לעצטן טאָג פון זיינע הונדערט און צוואַנציק יאָר, איז אונטער אַלע אומשטענדן דער איד און השי"ת איין זאַך, כמאמר12 שם שמים שגור בפי כל, און אַזוי איז דער צונויפבונד פון אַ אידן מיט תורה.
תורה ויראת שמים, דאָס איז די אייביקע ליכט פון דער אידישער הויז כי היא חיינו ואורך ימינו13. תורה ומצות גיבן אונז קרעפטן אויף איבערטראָגן דעם ביטערן גלות. און דאָס שטאַרקט אונזער האָפענונג להשי"ת אויף אַ גאולה שלמה ע"י משיח צדקנו בב"א. און די ישיבה דאָס איז דער מקור החיים פון אידן.
קינדער, איר זייענדיק אין דער ישיבה דאַרפט וויסן און געדענקען אַז די ישיבות האָבן ב"ה אונז געגעבן די גרעסטע גאונים, די גרעסטע בעלי שם טוב און אייערע יונגע קרעפטן זאָלט איר איבערגעבן אויף האָרעווען אין לערנען.
איר מוזט וויסן אַז יעדער טאָג אייערער, זייענדיק אין דער ישיבה איז דאָס אַ יסוד אין לעבן, זייענדיק אין דער ישיבה איז בעזרת השם יתברך האָט איר די מעגלעכקייט צו שטייגן אויף די טרעפּ פון פאַרשטאַנד און צוקומען צו ידיעת התורה.
תלמידי הישיבה, גיט איבער אייערע קעפּ און הערצער אויף לערנען תורה בהתמדה, יראת שמים, היט דעם דאַוונען דאַוונט אויף אַ אָרט אין סדור, היט הערן גוט קריאת התורה, זייט שטריינג געהיט אין לייענען קריאת שמע פאַרן שלאָף, נעגל וואַסער, פאָלגט אייער ראש ישיבה ומדריכים יחיו.
השי"ת זאָל אייך שטאַרקן דעם געזונט, און זאָל אייך שטאַרקן אייערע קעפּ און הערצער אַז איר זאָלט וועלן לערנען און איר זאָלט זיך פירן בהנהגה טובה. השי"ת זאָל באַגליקן אייערע עלטערן און קרובים און אַלע וועלכע העלפן דער ישיבה, אַז זיי זאָלן זיין באַגליקט אין אַלעס.
שטרעבט צו תורה ויראת שמים, וועט אייך השי"ת באַגליקן אַז איר וועט זיין ערלעכע אידן און איר וועט זיין לחן ולתפארת בבית ישראל.
רשימה ו
[יום ה', ט' אדר תרצ"א
לתלמידי ותלמידות חדרי "יבנה"8]
קינדער, איר לערנט אין חדרים וועלכע הייסן מיטן נאָמען "יבנה". איך רעכן אַז אייערע מלמדים און מלמדות יחיו האָבן אייך געוויס דערציילט וואָס "יבנה" איז געווען און וואָס "יבנה" באַדייט.
ר' יוחנן בן זכאי מיט זיינע תלמידים און אַ גרויסער טייל אידן האָבן געהאַט דעם גרעסטן צער און ווייטאָג וואָס די בריונים האָבן אַריינגענומען באַאיינפלוסט ירושלים עיה"ק ת"ו. אַ חוץ דעם הונגער צרות און ליידן, האָבן זיי פאָראויס געזען דעם חורבן בית המקדש, דעם חורבן הדת, דעם חורבן פון דער אידישער פאָלק, וואָס די
הערות
- 12. ראה סה"מ תרפ"ט ע' 20, ובהנסמן שם בהערה 132.
- 13. ע"פ נצבים ל, כ. האזינו לב, מז. ברכת ק"ש בתפלת ערבית.
- 8. מכתב הר"י פייגין הנ"ל.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.