195
דער איד וואָס סיי פייער און וואַסער הונגער און קעלט און די פּיין פון דער לעצטער בעסטער אינקוויזיציע קונסט, און סיי רייכטום מיט קערפּערלעכן פרייען לעבן פון אַסמיליאַציע האָבן אים ניט באַזיגט און וועלן אים ניט באַזיגן.
אַזאַ איד איז אויסגעוואַקסן און וואַקסט אויס ב"ה נאָר אויף דער אידישער גאַס אין דעם אַלטן חדר, אויף די ערציאונג פון אַ מלמד אַ ערלעכן אידן, אין דער ישיבה וואו מען האָט געלערנט און מען לערנט גמרא, אין די ווענט וואו הקול קול יעקב איז איבערפולט מיט יראת שמים.
השי"ת זאָגט אונז דורך משה רבינו6, "ושמרתם ועשיתם כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החוקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה".
"עיני העמים" הייסט וועלטישע בילדונג ווי תכונה רפואה וכו' אידישע בילדונג איז תורה, החקים האלה זיינען געטלעכע געזעצן תורה ומצות, און אַז מען איז ערצויגן אין "ושמרתם ועשיתם" דאַן איז מען אַ "עם חכם ונבון" אויך אין דעם אָרענטלעכן וועלטלעכן לעבן.
דער יסוד איז תורה ומצות, און דאָס איז דער אידישער עקזיסטענץ אַלס פאָלק, און אַלע עמי הארצות'ישע חדרים און ישיבות מיט בילדונג זיינען אַ געפאַר פאַר דעם הדרת ישראל און גאון יעקב.
די אַלע לימודים ערטער ווי תורה ודרך ארץ, יבנה א.ד.ג. אַנדערע חדרים וועלכע האָבן אַזעלכע פּראָגראַמען, איז דאָך מער ניט ווי אַ מיטל וואָס מען האָט געזוכט צו דער מכה, וואָס זאָל מען טאָן אַז עס איז דאָ צוואַנגס שולען מוז מען חולין'דיגע פּראָגראַמען אויך האָבן.
אָבער אַלע מוזן וויסן, אַז די אַלע דערמאָנטע לימודים ערטער פאַרבייטן בשום אופן ניט דעם אַלטן חדר, עס ווערט ניט געלערנט ווי אין דעם אַלטן חדר. עס פעלט דער עיקר, עס פעלט די השרשה פון יראת שמים, עס פעלט די הייליקייט, עס איז אַלץ קאַלט, דער חומש איז אַ לערן בוך און אַ היסטאָריע, און די נביאים איז אַ פּאָעזיע, להבדיל אלף אלפי הבדלות אַלע ביכער זיינען גלייך, אָט ליגן די ספרי קדש און מען רעט עברית בעברית מכח השי"ת, מכח דעם מסירת נפש פון אברהם אבינו, און אין אַ שעה אַרום גייט מען שפּילן און מען רעט עברית בעברית ווי צו מאַכן גימנאַסטיק, וואָס אין די חולין'דיקע ביכער שטייט.
דער עברית בעברית האָט וואָכעדיק געמאַכט דעם אַלעס אידישן הייליגטום, און קילט אָפּ ח"ו די אידישע וואַרעמקייט, און באַ דעם קינד בלייבט אַ געוויסע טונקעלע גראָבע פאָרשטעלונג אין קאָפּ, און אַ קאַלטע באַציאונג אין האַרצן.
עס פעלט דער יסוד פון יראת שמים, און דער גאַנצער בנין איז זייער שוואַך.
די לערער און לערערין פון די אַלע שוהלן מוזן וויסן זייער פאַראַנטוואָרטליכקייט פאַר דעם כלל ישראל, און אַז אין זייער האַנט ליגט דער גורל פון קומענדיקן דור.
געוויס זיינען די שולען בעסער ווי יענע אידישע שולען וואָס ליידער בשם
הערות
- 6. ואתחנן ד, ו.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.