194

דער נאָמען מענטש איז ניט קיין בערויף, ניט קיין נאָמען פון אַ אַרבעטס אָדער בילדונגס באַשעפטיגונג, דער נאָמען מענטש האָט געוויסע באַגרעניצונגען, וועלכע טיילן אים אָפּ פון נידעריקער פאַר אים, דאָס הייסט בהמות וחיות, און העכער פאַר אים דאָס הייסט מלאכים ונשמות.

דער מענטש איז געבויט פון צוויי זעלבסטשטענדיקע זייער ווייטע מאַטעריאַלן, נשמה — גייסט — און גוף — קערפּער —, די ביידע נשמה און גוף, זיינען צוויי וועלטן, צוויי פאַרשידענע לעבנס, און דאָ קומט תורה און מצות ערציאונג און ברענגט זיי צוזאַמען.

די אויפגאַבע פון תורה ומצות איז, אַז דער ערדיקער טיהרישער קערפּערליכער לעבן, זאָל זיין באַלויכטן און דורכגעדרונגען מיט הימל'שן קלוגן גייסטלעכן פירונג, און אין דעם דאַרף זיין דעם מענטשנס אַרבעט, אַז אויף יעדער געביט זאָל ער אַריינברענגען די פאָרשריפטן פון דעם גייסט אין קערפּערלעכן לעבן.

פרומקייט, געטלעכן אָנערקענונג, געטלעכע געפיל, געטלעכע פאַרשטאַנדן וואָס תורה ומצות מעשיות מיט אמונה פשוטה גיט אונז אידן, איז דורך דעם אָפּהיטן אידישקייט קען מען גרינגער באַקעמפען די קערפּערלעכע טיהרישע פאַרלאַנגען און עס איז גרינגער צו עררייכן דעם ריינעם וויסן און פאַרשטאַנד און פירן אַ ריינעם געוויסענס לעבן.

ניט דאָ איז דער אָרט, ניט יעצט איז די צייט ברייטער צו ערקלערן און באַווייזן די גרויסע אומבאַגרענעצטע כלל ישראל עררייכונגען אויף אַלע געביטן וואָס תורה ומצות האָבן געגעבן און גיבן ב"ה יעצט אויך דעם אידישן פאָלק און די גרויסע ביטערע ליידן און פאַרלוסטן וואָס דער אָפּרייסן זיך פון תורה ומצות האָט געשאַפן און שאַפט דעם כלל ישראל.

אָבער אָנדייטן מוז מען אַז די פרייקייט פון תורה ומצות וועלכע ווערט ר"ל פאַרשפּרייט צווישן די יוגענד איז אַ חוץ דעם וואָס זי רויבט אַוועק פון אונז אַ געוויסן טייל פון דער יוגענד אַלעס אידן וואָס זיי ווייסן ניט פון אַ אידישער ערציאונג פון אַ אידישן לעבן איז אַ דאָפּלטער ווייטאָג, וואָס עס ווערט צו שטערט דער אידישער קראַפט אוצר פון אהבת ישראל מדות טובות וכו' און עס ווערט טרויעריק אויפן האַרצן בשעת מען שטלעט זיך פאָר די ענטוויקלונג און צוקונפט פון די אידישע קינדער וואָס די מאָדערנע חדרים גיבן אַרויס.

די איצטיקע מאָדערנע ערציאונג איז אַ חוץ דעם וואָס זי איז ניט פעהיג צו געבן אונז, אידישע קינדער אַלעס פרומע אידן און ווער רעט שוין וועגן דעם אַז עס זאָל אויסוואַקסן גדולי התורה און גאונים איז אַ חוץ דעם פאַרדאַרבט זי נאָך די גייסטיקע פעהיגייטן פון די לערנער, אַז זיי וועלן קוים קענען עררייכן די געוויינלעכע הויך פון אַנדערע לערנער.

באַ יעדער אידן אָן אויסנאַם איז ברוך השם אומבאַגרענעצט טייער דער נאָמען איד.

דער נאָמען איד וואָס דאָס איז די ליכטיקע קרוין פון דעם כלל ישראל מיינט דעם האַרטן עקשנותדיקן איד, דער מסירת נפש איד, דער אויביקער אומבאַזיקטער איד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.