193

לערנען, מיט דער האָפענונג אַז דאָרטן וועט ער דערגרייכן זיין ציל, זיין גלוסט.

דאָרטן אין דער ישיבה וועט ער זיך טרעפן פנים אל פנים מיט אביי ורבא'ן, דאָרטן וועט ער קומען צו גרויסע טיפע פאַרשטאַנדן און דאָרטן וועט ער אָנשעפּן זיין בעכער גליק אויפן גאַנצן לעבן.

די געזונטע אידישע ערציאונג פון אהבת התורה ויראת שמים האָט אונז אידן ב"ה געגעבן גאונים אויף אַלע געביטן, די גרעסטע גאוני התורה און גדולי המדע, ווי אויך אָרנטלעכע און גאונישע געשעפטס לייט.

מיר אידן, בני אברהם יצחק ויעקב, ניט רעכענענדיק זיך מיט אונזער ביטערן גלות לעבן — השי"ת ישלח לנו משיח צדקנו בב"א — ב"ה שטייען מיר פעהיגער אין געוויסע וויסענשאַפטלעכע און געשעפטלעכע אופטואונגען און אונטערנעמונגען, ווי אַנדערע פעלקער.

דאָס אַלעס איז צו פאַרדאַנקען די געזונטע שכלדיקע חינוך והדרכה, וואָס האָבן געשאַפן אונזערע אבות אבותינו אַוועקגעבענדיק זייערע מוחות אין תורה און זייערע הערצער אין יראת שמים.

אין פערלויף פון די לעצטע עטלעכע צענדליקער יאָרן, דורך דער שאַפונג פון פערשידענע חברות, האָט דאָס אידישע הויז, ווי אינערלעך אזוי אויך אויסערלעך אַ סך דורך געלעבט און איבערגעטראָגן, באַ אַ געוויסן טייל האָט דאָס געבראַכט צום אָפּשוואַכן און טונקל מאַכן זייערע טייערסטע תכונות (חאַראַקטער צווייגע) יראת שמים און אהבת התורה, אָבער מיר דאַרפן ניט און טאָרן ניט פאַרצווייפלען ח"ו, אַז אַ געוויסער טייל פון זיי וועלן בעזה"י אויך ערקענען דעם גוט און אמת ושבו בנים לגבולם5.

מיט אהבת ישראל שמחה און מיט גאון יעקב שטאָלץ, האָבן מיר דאָס רעכט צו זאָגן "געלויבט און געדאַנקט השי"ת פאַר זיין חסד מיט אונז אידן, פאַר דעם גרויסן פּראָצענט — כן ירבו — וואָס מיר האָבן לאריכות ימים ושנים".

עס איז צו אונטערשטרייכן אַז מער פון די גרעסערע פּערזענלעכקייטן אויף די פערשידענע געביטן פון לעבן זיינען צווייגן פון די פריערדיגע דורות, גוט באַוואוסטע פאַמיליען אין דער תורה וועלט.

די גרויסע גליקליכע ירושה וואָס השי"ת האָט אונז אידן מנחיל געווען קומט פון דער אַלטער אידישער גאַס, פון די ווענט פון בית הכנסת, פון די בענק פון בית המדרש און ישיבות.

ניט ריידנדיק נאָר איבער דעם געזונטן שיינעם עסטעטישן לעבן וואָס תורה ומצות גיט אונז אידן, איז די קלוגשאַפט, איידלקייט און מדות טובות — שיינע זיטען — וואָס תורה ומצות לערנט אונז, איז דאָס אַליין מוז ווירקן אויף יעדן מענטשן אַלס מענטש.

יעדער מענטש, וועלכער האָט אַ פאַרשטאַנד צו אַנערקענען דעם מענטשלעכן בעדייטונג אַלס מענטש, און וויל לעבן אַלס מיטגליד פון אמת'ן גייסטלעכן אַדעל איז תורה ומצות מעשיות באמונה פשוטה די איינציקע מיטלען און טרעפּ אויף צו קומען צו דער ריכטיקער הויך.

הערות

  1. 5. ירמי' לא, טז.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.