190
דאָס איז בירושה לנו מאבותינו, מיט עבודה קאָנען אַלע צו דעם צוקומען. געוויס דאַרפמען אַ יגיעה עצומה אויף דעם, אָבער צוקומען קאָן מען. אָבער חסידים האָבן דאָס בירושה, און דאָס רופט זיך אָפּ באַ קינדער און קינדס קינדער לדורי דורות, געוויס איז אַ גרויסער חילוק אין וואָס פאַר אַ מצב מיא געפינט זיך, אין וואָס פאַר אַ מצב רוחני יענע שטייען.
הערט אַ מעשה, עס איז געווען איינער אַ גרויסער עושר און מוטרד בעסקים גדולים בפטרבורג און איז געווען אַ מסובב פון עשירים גדולים יהודים און להבדיל נכרים, האָט געלעבט בדירה מפוארה ובתענוגים גדולים, וישמן ויבעט, בגילוי האָט ער ניט מחלל שבת געווען, מכח זיין הנהגה איז ניטאָ וואָס צו ריידן. באַ אים אין חדר איז געשטאַנען דעם רבינ'ס פּאָטרעט38. איז איין מאָל י"ט כסלו, ער האָט גענומען אַ ביסל משקה מיט עטלעכע חסידים וואָס זיינען באַ אים געווען, מיא האָט גערעט פאַרבראַכט ווי באַ עלטערע חסידים איז געווען דער אופן פון פאַרברענגען אַז מיא האָט געוואָלט באמת דעם אַנדערן אַ טובה טאָן אין רוחניות און עס איז געווען דברים היוצאים מן הלב. אין מיטן האָט מען זיך געכאַפּט אַז דער בעל הבית איז אַוועקגעגאַנגען, נו האָט מען פאַבראַכט צווישן זיך. עס האָט אָבער גידויערט זייער אַ לאַנגע צייט איז מען געגאַנגען זעהען וואו ער איז, מיא איז אַריין צו אים אין חדר ערשט ער ליגט אויפן בריק אַנטקעגן דעם רבינס פּאָטרעט און קלאָגט אין אַ פאַרביטערטן קול, רבי ראַטעוועט. און פון יעמולט אָן איז ער געוואָרן גאָר אַ אַנדערער, ער איז געוואָרן אַ שומר תורה ומצוה. איך האָב געקענט (פאַר דער מלחמה) זיינע צוויי זין, וואָס זיי זיינען שוין געווען פון די פעטערבורגער רייכע בעלי תענוגים'דיקע יונגעלייט איז אפילו אין זיי איז געווען אַ זיידענס אָדער אַ עלטער זיידענס אַ ירושה.
חסידים האָבן אַ ירושה מאבותיהם ואבות אבותיהם, דאָס איז אַ געוויסע בטוחות און נאמנות און מיא טאָר זיך ניט נאַרן.
חסידים דאַרפן לערנען חסידות און עוסק זיין זיך אין עבודה, עבודה שבלב דאַוונען, עבודה שבלב מיטן האַרצן דאָס הייסט בירור המדות, אַ מדה לא טובה, ניט נאָר אַ מדה רעה אַ מדה רעה איז אַ דבר אסור ממש, נאָר אַ מדה לא טובה איז טריף. און מדות טובות מוז מען האָבן, מיא האָט שוין אין דעם אַפולע מאָל גערעדט39, אַז ואהבת לרעך כמוך40 איז אַ כלי צו ואהבת את ה' אלקיך41.
בכל מצוה איז פאַראַן דער גוף פון דער מצוה און די נשמה פון דער מצוה42. וכמו מצות תפילין וואָס מיא טוט אָן בזרוע ובראש איז דאָס דער גוף פון דער מצוה, די כוונה פון מצות תפילין איז די נשמה. די כוונה פון מצות תפילין איז אין צוויי ענינים של ראש ושל יד, דער של ראש איז דער ענין פון השגה, השגה אַליין איז קיין ענין ניט, דער אמת פון השגה איז פועל טוב, וכמאמר43 אין חכם כבעל נסיון וואָס
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.