ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרצ"אי"ט כסלו189

189

ווער עס האָט אַ מוח בקדקדו קאָן פאַרשטיין דעם תענוג הנשמות פון די פּראָסטע אידן, די אידן האָבן אונז געגעבן די גרעסטע גאונים און צדיקים, און די אידן זיינען געוואָרן תמימותדיקע געזונטע אידן פון גיין אין בית מדרש דאַוונען דריי מאָל אַ טאָג און הערן עין יעקב און מדרש.

איצטער אַז אַ גביר איז דער וואָס האָט אַ הויז, איז ער אַ גרעסערער גביר האָט ער צוויי הייזער, און איז אַ טרוד ומוטרד, דער וואָס גייט אַלע טאָג אין בית מדרש דאַוונען איז דאָך שוין אַ בעל מדריגה, אָבער קומען לערנען האָט ער קיין צייט ניט, לערנען אַ בלאַט גמרא איז צו שווער פאַר אים, ער קאָן די קאָפּ ניט צו לייגן, לערנען עין יעקב און מדרש פּאַסט אים ניט וואָס וועט ער זעך גיין זעצן צווישן די פּראָסטע אידן. דער סוף איז אַז ער בלייבט נעבעך אַ נאַקעטער פון תורה, אַז מיא לערנט ניט קאָן מען ניט, און אַז מיא לערנט קאָן מען, ב"ה אין עסקים האָבן זיי גוטע קעפ און דרייען אויס גאַנץ פיינע המצאות און טיפע סברות, איז אַז זיי וואָלטן צוגעלייגט די קאָפּ וואָלטן זיי פאַרשטאַנען גאַנץ גוט אַ בלאַט גמרא נאָר עס פעלט עפּעס, און דער עפּעס איז טאַקע זייער ביטער, השי"ת זאָל זיי העלפן דערקענען דעם אמת.

אידן האָבן ב"ה גרויסע כחות דאָס קאָנען מיר זעהען אין אונזער דור, אַזאַ דור יתום, אַזויפיל שונאים ורודפים מכל צד ופנה, מיא שלאָגט אונז מחוץ ומבית, די רודפי הדת ר"ל פון איין זייט, און די בעלי טובות מיט דער רשימת היתירים און הכשרים פון דער אַנדער זייט, און ב"ה עס איז דאָ אָן עין הרע כן ירבו גאָר אַ גרויסע טייל יוגענד וואָס ער איז ב"ה זייער גוט, און נאָך אַ גרעסערער טייל וואָס קאָן זיין גוט, ווען עס וועט ניט זיין נקרש הדם, ווי מיא האָט גערעט24.

אידן האָבן ב"ה גרויסע כחות אַז אַ איד שטייט אין מאַרק פאַרקויפט סחורה און בין קונה לקונה טראַכט ער אַ דבר תורה, און זאָגט אַ אידיש וואָרט פון לערנען, איז צוליב אים האַלט זעך דער גאַנצער מאַרק, אַז עס גייט אַ איד אין גאַס, קיינער קוקט אויף אים גאָר ניט, און אין גאַס רעשט און טומעלט, און ער גייט און חזר'ט34 אַ פסוק חומש תהלים אַ משנה משניות אַ פרק תניא, איז די אַלע זיינען מתקיימים בזכות זה, וויילע דער אמת איז דאָך בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ35 אָט דאָס וואָס השי"ת ברא את השמים ואת הארץ איז דאָס צוליב די צוויי ראשית תורה און ישראל36, תורה איז אור און אור איז נר כמ"ש37 נר ה' נשמת אדם איז אַ נשמה אין אַ גוף גייט אין גאַס און טראַכט אָדער ער זאָגט בפיו אַ דבר תורה איז אויף די אידן שטייט די וועלט.

נאַרן זיך טאָר מען ניט, אַז מיא איז אַ עשיר און מיא רעכנט אַז מיא איז אַ עני בלייבט מען ר"ל אַ עני, חסידים מוזן וויסן אַז זיי זיינען עשירים, מיא זאָל זעך ניט נאַרן און וועלן יוצא זיין מיט אַ שיעור משניות גמרא עין יעקב מדרש, אַ אידן אַ טובה טאָן וכו', ניין מיא טאָר זעך ניט נאַרן, חסידים האָבן אַ ירושה בטבע מהותם, חסידים האָבן אַ הרגש פנימי אַ לבת אש, דאָס איז ניט אונזערע דאָס איז ניט בכח עצמינו ובעבודתינו,

הערות

  1. 24. לעיל ע' 177 ואילך.
  2. 34. ראה גם לעיל ס"ע 155 ואילך.
  3. 35. בראשית א, א.
  4. 36. פרש"י ורמב"ן בראשית שם.
  5. 37. משלי ו, כג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.