188
יעקב'ס מדרש וואָס מיא האָט געהערט אין בית מדרש אַלע פאַרטאָג און בין מנחה למעריב האָט געגעבן אַ דור ישרים געזונטע אידן אין מדות טובות והנהגות ישרות.
דער סדר פון אַ פּראָסטן אידן אַמאָליקע יאָרן, אופגישטאַנען ווינטער פאַר טאָג און זומער זייער פרי געגאַנגען אין בית המדרש געווען אַ נכתב אין חברה תהלים אָפּגעזאָגט תהלים געדאַוונט געגאַנגען אין עסק געקומען צו מנחה געהערט עין יעקב מדרש אַ בלאַט גמרא און פאַרבראַכט אַ פּאָר שעה, און געבראַכט אַהיים אַ מאמר רז"ל, אַ מדה טובה אַ הנהגה טובה, אַ מעשה פון אַ תנא אָדער אַ אמורא, און האָט דאָס דערציילט די קליינע קינדערלעך, און באַ אַלע בני בית האָט זעך דאָס איינגעבאַקן אין האַרצן, און עס האָט געגעבן אַ לעבעדיקייט אין כבוד אב ואם, און עס האָט זעך פאַרקאַרבט די הייליקייט פון תורה ומצוות.
אָט די פּראָסטע אידן און אידענעס האָבן מעמיד געווען דעם בית ישראל מיט זייער גיזונטער פיהרונג און זיי האָבן אונז געגעבן די גרעסטע גדולים וגאוני עולם.
דער וואָס האָט אַ שטיקל מוח און קאָן זיך פאַרטראַכטן און זעהן במחשבתו דעם ציור פון עולם הבא, מיר ווייסן אַז כל הנשמות מתאימות ואב אחד לכולנו29, דער רבי זאָגט30 נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו יתברך, אַלע נשמות זיינען מושרשים אין אצילות31, ולהלכה איז צעהן אידן איז אַ מנין, און נייען משה רבינו'ס הגם ודבר הוי' עם משה פנים אל פנים32, איז קיין מנין ניט.
אַ נשמה אַז זי קומט צוריק אין עולם האמת, דאָס הייסט אַז מיא קומט פון יריד, וואָרום האי עלמא איז דאָך אַ יריד, מיא לאָזט אַראָפּ אַ נשמה אויף דער וועלט, הייסט מיא שיקט דער נשמה אויפן יריד, היום לעשותם33, די וועלט איז דער יריד וואָס מיא קאָן קויפן אַ מצוה אַ מדה טובה, אַז מיא קומט פון יריד זעהט מען דורך די סחורה וואָס מיא האָט דאָ אויף דער וועלט איינגעקויפט.
עס קומט אַ נשמה וואָס האָט געלערנט תורה, און עוסק געווען זיך אין עבודה און האָט מאיר געווען באור תורה ברבים מזכה געווען את הרבים בתשובה ומעשים טובים, און דיא נשמה האָט דאָך געהאַט אַ גוף און בני בית און האָט דאָך געדאַרפט האָבן מזונות ופרנסה גשמית, איז וואו האָט ער דאָס געהאַט. און עס ווערן געבראַכט די אַלע נשמות וואָס האָבן מחזיק געווען דעם מענטשן וואָס האָט זיך עוסק געווען בתורה ועבודה, מיט זיינע בני בית, און בית דין של מעלה פסקנט אַז דער ישובניק וואָס האָט אים אויסגעהאַלטן אָדער דער איד און אידענע וואָס האָבן געגעבן די "טעג" האָבן אַ חלק אין דער תורה ועבודה וואָס דער גדול האָט זעך עוסק געווען און די נשמות פון די פּראָסטע אידן און פּראָסטע אידענעס וואָס האָבן אויסגעהאַלטן די לומדי תורה זיינען במחיצתן של היכלי התורה וואו די נשמות פון גדולי התורה זיינען.
הערות
- 29. תניא פל"ב (מא, א).
- 30. תניא רפ"ב.
- 31. לקו"ת שה"ש יט, ב ואילך. ובכ"מ.
- 32. ע"פ לשון הכתוב — תשא לג, יא.
- 33. ס"פ ואתחנן ובפרש"י. עירובין כב, א. ע"ז ג, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.