187
אברים זיינען שוואַך, פועלט דאָס אַ שוואַכקייט אין האַרצן און אין קאָפּ.
רבנים זיינען עיני העדה26, ראשי בני ישראל, בעלי תורה שו"בים מלמדים זיינען דער לב ישראל. מיא האָט שוין אפילו מכח דעם גירעט26 אָבער מיא דאַרף זעך דער ריידן צום טאָלק. מיר טאָרן זיך ניט נאַרן, נאַרן זיך איז ניט גוט, גינאַרט איז שקר, און שקר איז רע. מיר דאַרפן זעך ניט נאַרן ניט אין די שלעכטע און ניט אין די גוטע. מיר דאַרפן וויסן דעם אמת פון ביידע זייטן, אי פון די ניט גוטע, אי פון די גוטע.
אין גשמיות אַז איינער איז גינאַרט אין זיין מצב, הן אַז ער רעכנט אַז ער איז ר"ל אַ עני, און באמת איז ניט אַזוי, אָדער אַז ער רעכנט אַז ער איז אַ עשיר און באמת איז ער ר"ל אַ עני, איז ביידע זאַכן גינאַרט און וועט ר"ל בלייבן אַ עני, וואָרעם אַז ער איז אפילו ניט קיין עני אָבער ער רעכנט דאָך אַז ער איז אַ עני במילא טוט ער דאָך גאָרניט וועט ער ר"ל בלייבן אַ עני. און כמו כן איז אין רוחניות מיא טאָר זעך ניט נאַרן. אמת דער מצב הכללי איז ר"ל ביטער יעדערער ווייס דעם מצב גוט, אָבער באמת זיינען מיר עניים עשירים, רייכע אָרימע לייט, מיר האָבן ב"ה גרויסע בטוחות מיא גלויבט אונז ב"ה זייער אַפולע אויף אונזערע נאמנות משמיא מיהב יהבי27 כחות אויף טאָן, מיר האָבן ב"ה אַפולע סחורה. אמת אַ גרויסער חלק ניט אויסגעאַרבעטע, אָבער עס איז סחורה. און דער סתם איד זאָל געזונד זיין איז זייער אַ גוטע סחורה ער האָט אַ אזן שומעת ער וויל הערן אַ אידישן וואָרט. ער קומט אין בית המדרש מיט אַ חשק. אַז מיא רעט ווערט מען נתעורר.
די פּראָסטע אידן זיינען פנינים יקרים. אָט די פּראָסטע אידן האָבן אונז מגדל געווען אונזערע גאונים אונזערע גדולי התורה וואָס מפיהם אנו חיים ומימיהם אנו שותים, וויפל גאונים און גדולי התורה און אלפי אלפים בני ישיבה בדורות שלפנינו זיינען אויסגעוואַקסן אויף דעם ברויט און קרופניק28 פון די פּראָסטע אידן און אידענעס.
אַז מיר טוען אַ קוק אויף אַ פּאָר פריערדיקע דורות, די פּראָסטע אידן מיט זייער תמימותדיקע יראת שמים און ליבשאַפט פון החזקת תורה, אַ איד אַ גביר האָט אויסגעהאַלטן תלמידי חכמים אויף זיין חשבון, אַ איד אַ בעל הבית אַ בעל עסק האָט געהאַלטן איינעם צוויי תלמידי חכמים, אַ ישובניק האָט געהאַלטן באַ זיך אַ אידן וואָס איז געזעסן און געלערנט, און גאָר אַ מיטעלער איד האָט געהאַלטן אַ לערנער אין דער ישיבה עטלעכע טעג אין וואָך, און אויף שבת צוויי דריי, די בעוואוסטע "טעג" וואָס מיא האָט געגעבן ישיבה תלמידים, די צופרידנקייט פון דעם אידן און אידענע פון דעם תלמיד וואָס האָט באַ זיי געגעסן, מיא האָט אים געהאַלטן טייער, מיא האָט זעך מיט אים אָפּגעגעבן מער ווי מיט אַ אייגענעם קינד.
די "טעג" האָבן ליכטיג געמאַכט די אידישע הייזער, זיי האָבן געאיידלט די אידישע מדות. פון איין זייט די "טעג" פון דעם צווייטן זייט די תהלים'ס עין
הערות
- 26. לשון הכתוב — שלח טו, כד. וראה שהש"ר פ"א, טו (ב). פ"ד, א (ב). ועוד.
- 26. ראה לעיל ע' 44.
- 27. תענית כה, א.
- 28. מרק גריסים.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.