183
ברוך השם כי לא אלמן ישראל6, ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס שה פזורה ישראל7, מפוזר ומפורד אין אַלע מדינות, השי"ת יחיש גאולתינו ע"י גואל צדק בב"א, איז ברוך השם אומעטום כי לא אלמן ישראל, און ווי דער רבי לערנט אונז צו זעהען די גרויסקייט פון יעדער קליינער זאַך, און בפרט אַז עס איז דאָ טיילווייס אויך גרויסע זאַכן, ב"ה טויזנטער קינדער כן ירבו יחיו לערנען תורה, תורה אָהן זייטיקע חכמות און זיי וועלן בעזה"י אַריין טראָגן אַ פרישן לעבעדיקן לעבן אין בית ישראל. אידן האָבן ב"ה גרויסע בטוחות. און בפרט בעקבות משיחא אַז החשך יכסה ארץ8 זעהט זיך אָהן ב"ה אָהן עין הרע די שטאַרקייט פון די בטוחות נאָך מערער, מיא לייט אונז מלמעלה גרויסע הלואות אַז אין אַזא שווערן רוחניותדיקן צושטאַנד איז פאַראַן אידן יחיו וואָס טוען בהרבצת תורה און עס איז פאַראַן וואָס עס שיינט דורך אַ גיפיל צו עבודה און דרכי החסידות, איז דאָס בעווייזט אויף אונזערע בטוחות.
נאָר די נאמנות האָט מען געדאַרפט אויסניצן אין דער אַרבעט, מיר טאָרן זיך ניט נאַרן אין אונזער מצב הכללי, עס איז אַזוי ווי באַ דעם בעל עסק אַ שווערע צייט, דער עולם ווערט פאַרפּראָסטעט בעלי בתים האַלטן אין אויסרוען זיך, אַמאָל אַז מיא האָט אָפּגיטאָן דעם עסק ומסחר, איז מען געגאַנגען אין בית מדרש לערנען, איצטער אַז מיא טוט אָפּ דעם טאָג איז אַ גרויסער טייל קומט ניט לערנען, דער ענטפער איז אַז מיא האָרעוועט אָפּ דעם טאָג איז נאָכדעם מוז מען אויסרוען.
בעלי בתים האַלטן אין אויסרוען זיך און די יונגע לייט די ערלעכע, די וואָס זיינען שייך צו עפּעס לערנען, איז אַז די עלטערע רוהען קריגן זיי אויך אַנדערע אַרבעט, און דער סך הכל איז אַז פון אַלץ אין איינעם ווערט געשאַפן אַ קאַלטער אויר. און די קעלט גייט אַריבער פון איין סוג מענשטן צו דעם צווייטן דער איז קאַלט צום לערנען, דער צווייטער ווערט ר"ל קאַלט צום דאַוונען גאָר כפשוטו, און דאָס פירט צו ניט לייגן תפילין, חילול שבת, עסן וואו עס מאַכט און וואָס עס מאַכט זיך וכו', פון דער קעלט צום לערנען ווערט קאַלט די מקוה, עס ווערט ר"ל אַלץ קאַלט, עס ווערט אַ קאַלטקייט ר"ל צו אַלץ, עס איז ניט נוגע צי עס איז יע פאַראַן אַ מקוה אָדער עס איז ניט פאַראַן אַ מקוה, היט מען וואָס מיא דאַרף, היט מען ניט, עס איז ניטאָ קיין צייט צו זאָרגן פאַר אַזעלכע זאַכן, מיא דאַרף זיך אויסרוהען. אָבער וואו איז מסירת נפש, וואו זיינען חסידים, וואו זיינען תמימים, פאַרוואָס וועקט מען ניט, פאַרוואָס טוט מען ניט. דער רבי האָט גיהאַט מסירת נפש בפועל אויפן כלל ישראל, און מיט דעם האָט ער געגעבן אַ כח יעדערן אַז מיא זאָל קאָנען טאָן, און אַז מיא וועט טאָן זאָהל מען מצליח זיין.
דער רבי האָט געהאַט אזויפיל יסורים ביז ער האָט געמאַכט חסידים, ביז ער האָט געמאַכט בעלי עבודה. עס איז גאָר קיין פלא ניט פאַרוואָס דעם רבין איז דאָס אָהן געקומען אַזוי שווער, מי לנו גדול ווי אברהם אבינו עליו השלום אַ נשמה דאצילות אַ מרכבה צו
הערות
- 6. ירמי' נא, ה.
- 7. שם נ, יז.
- 8. ישעי' ס, ב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.