182

שבכל מקום אשר חסידים ישתדלו בהחזקת תורה ומצוות יצליחו והאחד יהי' לרבבה.

נאַרן זיך טאָר מען ניט, עומק רום איז פאַרבונדן מיט עומק תחת, די העכסטע זאַך און די קלענסטע זאַך זיינען גלייך אין דעם ענין אַז גינאַרט טאָר מען ניט זיין, מיא מוז אַלע מאָל וויסן דעם ריכטיקן רעכענונג.

בעלי עסקים ווייסן אַז עס טרעפט אַ צייט וואָס עס איז ניט קיין צייט אויף מאַכן חשבונות, וואָרעם אַז מיא זאָל יעמולט מאַכן דעם חשבון קאָן ווערן שטאַרק ניט גוט אויפן האַרצן, און מיא קאָן זעך יעמולט פאַרלירן און אַראָפּ פאַלן באיי זיך און עס וועט זעך גאָרניט אופטאָן.

עס איז געווען אַ חסידישער איד אַ גרויסער סוחר און פאַררעכנט פאַר אַ גרויסן עושר, און האָט געהאַט זייער גרויסע בטוחות, זיין געשעפט איז געווען פּאַדראַדן4, און יענע צייט איז גראַדע געווען זייער אַ איינגע, זייענדיק באיי זיך אין צימער אויסהערענדיק אַפולע גישעפטלעכע פאָרשלאגן, וויסנדיק זיינע גרויסע בטוחות האָט ער מחליט געווען מאַכן די געשעפטן, דער ווייל איז אַריין געגאַנגען דער בוכפיהרער און זאָגט אים איך האָב אייך געבראַכט די באַלאַנסן פון די חובות. ענטפערט אים דער סוחר, ביזט אַ שוטה איצטער איז ניט קיין צייט פון קיין באַלאַנסן.

בעלי עסקים ווייסן אַז עס איז דאָ אַ צייט וואָס מיא דאַרף ניט קוקן קיין סך הכל'ן מיא דאַרף אויסנוצן די בטוחות, מיא דאַרף טאָן און דרייען די רעדל און האָפן אַז השי"ת וועט געוויס העלפן.

דאָס איז די ריכטיקע וועג, דאָס איז ניט גינאַרט זיי ווייסן דעם רעכענונג זייער גוט. זיי ווייסן וואו זיי האַלטן, זיי ווייסן וואָס זיי קומט און וואָס זיי זיינען שולדיק, אָבער זיי ווייסן אַז מיא דאַרף האָרעווען מיא דאַרף זייער טייער האַלטן די בטוחות, און מיא דאַרף אויסניצן אויף פאַרבעסרן בעזה"י דעם גאַנצן מצב זיינעם און די אַלע וואָס זיינען אין זיין סביבה.

אַ ערלעכער בעל עסק ווייס גאַנץ גוט ווי טייער מיא דאַרף און מיא מוז האַלטן די נאמנות און וויסנדיק אַז דאָס איז ניט אייגענע דאָס איז פרעמדע דאַרף מען זיין אויסגערעכנט אין דער הוצאה, אויף וואָס אויסצוגעבן די הלואה, אויב אויף פאַרבעסרן דעם געשעפט יעמולט איז די הוצאה אַ הכנסה און מיא מאָג פאַרניצן די בטוחות און הלואות, און סוף דבר השי"ת מצליח לו.

די זעלבע זאַך איז אין עבודה, עס איז פאַראַן צייטן וואָס מיא דאַרף ניט קוקן אויף דעם סך הכל, מיא טאָר ניט בלעטערן דעם באַלאַנס, עס קאָן ווערן טונקל אין די אויגן און שווער אויפן האַרצן, מיא דאַרף אויסניצן די בטוחות און די הלואות און מיא דאַרף ווייטער טאָן אין לערנען און דאַוונען ניט אַראָפּפאַלן ביי זיך אלא עוד אדרבה מיט מער פרישקייט און לעבעדיקייט און האָפן להשי"ת אַז ער וועט געוויס העלפן.

אידן איז אין אַלע צייטן האָבן גרויסע בטוחות כי לא ינום ולא יישן שומר ישראל5, וואָס מצד דעם איז דאָך

הערות

  1. 4. קבלנות.
  2. 5. תהלים קכא, ד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.