181
ער גייט צו צו אַ יונגן מאַן און רעט מיט אים אַ שעה און צוויי גאָר אַזאַ פשוטע זאַך ווי לייגן תפילין, אָדער שמירת הטהרה וכו', וואָס מכח דעם האָט מען גאָר ניט גידאַרפט ריידן, איז די צוויי שעה אַ פולע טייערער ווי לערנען דעם טיפסטן ענין אין נגלה אָדער אין חסידות וויילע דאָס איז עבודה בפועל ממש, און ווי די גמרא31 זאָגט ומתוך שחסידים המה תורתם משתמרת ומלאכתם מתברכת.
און דאָס איז די זאַך פון מסירת נפש זיך מוסר נפש זיין צוליב יענעם32, אָט די צוויי שעה וואָס ער וואָלט לערנען נגלה צי חסידות און פון דעם לערנען וואָלט גיוואָרן אַ תוספות כח אין אהבה ויראה, און אַ טוב טעם אין עבודת השי"ת, איז מען זיך מוסר נפש און מי גיט דאָס אַוועק אויף דעם אַנדערן, אויף פועל זיין הנחת תפילין טהרת המשפחה וכו', און אויף דערוף זאָגט דער רבי30 וצדקה תרומם אַז דורך דעם פועל טוב נעשים מוחו ולבו זכים אלף פעמים ככה, אַז ער וועט לערנען און עוסק זיין בעבודה שבלב וועט ער בעזה"י אופטאָן גלייך ווי ער וואָלט יענע צייט אויך געלערנט, און דעם צינור פון מסירת נפש האָט דער רבי פותח געווען און האָט געגעבן זיין הבטחה און ברכה, אַז בכל עת און בכל מקום אַז מיא וועט דאָס טאָן זאָל מען מצליח זיין.
הערט אידן, דעם מצב העולם ווייסט איר, עס איז ר"ל ביטער און פינסטער און מכל שכן דער וועלטיקער אידישער יוגענד, איז גאָר ווילד, שבת תפילין טהרה כשר כו' שטייט זייער זייער נידעריק השי"ת יחוס וירחם, עס איז מיר זייער טוטוויי צו זאָגן, עס איז מיר ביטער צו ריידן, אָבער דער אמת איז אַז אשמים אנחנו, אַלע אידן יראי אלקים און בעלי תורה דאַרפן וויסן אַז זיי האָבן בעזה"י דעם כח אויף צו העלפן, נעמט זיך אידן פאַר הרבצת התורה, גייט אין די שולן צו די שיעורים, באַ אייך זאָל זיין טייער יעדער פסוק חומש מיט רש"י וואָס ווערט גילערנט ברבים, און יעדער קאַפיטל תהילים וואָס ווערט געזאָגט ברבים, רעט מיט די יונגעלייט מיט אַ קירוב הלב וועט איר בעזה"י זייער אַפולע אופטאָן, און דער אור התורה והעבודה וועט מאיר זיין בבית ישראל.
הערות
- 31. ברכות לב, ב.
- 32. ראה סה"מ תרפ"ט שם.
- 30. ראה תו"א בראשית א, ב. ועם הגהות — אוה"ת שם ח"ו תתרכו, ב ואילך. סה"מ תרל"ח ע' רלב ואילך. ספר השיחות תש"ג ע' 10.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.