180
דער רבי האָט געזאָגט אַז דעם כח און זכות פון זיין עבודה אויף תורת ודרכי החסידות גיט ער אַוועק חסידים לדורותיהם, אַז בכל עת ובכל מקום וואָס אַ חסידישער איד וועט מעורר זיין בחיזוק התורה והעבודה ובחיזוק קיום המצוות, בתיקוני המדות ואהבת רעים זאָלן זיי מצליח זיין, אין דעם פינסטערשטן ווינקל, השי"ת זאָל רחמנות האָבן און מאַכן ליכטיג בגשמיות ורוחניות, איז אַז ס'קומען זיך צונויף הייפטלעך אידן, און יונגע לייט און מיא לערנט, מיא לערנט חסידות, און מיא פערברענגט וואָס יעדער טראָט איז מסירת נפש בפועל, איז דעם רבינס ברכה שטאַרקט זיי און היט זיי, ניט נאָר חסידים פון גזע אנ"ש שי' נאָר יראי אלקים שומרי תורה ומצוות חסידים און מתנגדים, אין וואָס פאַר אַ מדינה עס זאָל ניט זיין, במרחבי תבל ומלואה איז דעם רבינס ברכה עליהם ועל זרעם בגשמיות וברוחניות, וויילע דער רבי האָט געהאַט מסירת נפש אויף דעם כלל ישראל.
דער רבי האָט גיעפנט דעם צינור פון מסירת נפש, און האָט געוויזן די וועג פון עבודה, אַז מיא דאַרף אַליין טאָן, ניט נאָר בממונו נאָר טאָן בגוף מיט טרחה, און מיט דעם נפש, אַוועק געבן דעם גוף און דעם נפש מיט מסירת נפש בעבודה, דזהו מעלת אאע"ה לגבי הצדיקים שקדמו לו27 שהיו צדיקים גדולים לעצמם, וגם התפללו על בני דורם, אבל אאע"ה הוסיף ענין העבודה ללמדם דעת ולפרסם אלקותו ית' בעולם, אאע"ה28 אַז עס איז צו אים געקומען אַ ערבי האָט ער זיך מיט אים מטפל געווען געגעבן עסן און טרינקען און געגעבן אים צו פארשטיין נאָך זיין ערבישן שכל נאָך, וואָס געטליכקייט איז, און אַז עס איז דאָ אַ בורא יחיד ב"ה וואָס האָט בעשאַפן די וועלט און אַז דער מענטש דאַרף האָבן מדות טובות. וכן הוא ברבינו נ"ע אשר לימד דעת את ד' ופתח הצינור דמסירת נפש על עבודה, ובכח זה ביכולתינו בעזה"י גם אין דער צייט להאיר את העולם, באור תורה ועבודה שבלב, והתחלת העבודה הוא הרבצת התורה היינו לבד זה שיוסיפו אומץ בהחזקת הישיבות, זאָל מען זעהן אַז בעלי בתים בעלי עסקים זאָלן קומען לערנען בבתי כנסיות דאָס זאָל גיטאָן ווערן מיט אַ קאָך און מיט א חיות עס זאָל זיך ניט געפינען איין איד וואָס זאָל ניט קומען צום לערנען, און מיא זאָל מקרב זיין יונגעלייט זעהן געבן זיי אַ האַנט אָן וואָס זיי זאָלן זיך קאָנען אָנהאַלטן, אַז זיי זאָלן ווערן בעזה"י נעהנטער צו אידישקייט, מיא דאַרף ריידן ברבים מיא דאַרף זיי מעורר זיין, וועלן זיי געוויס נתעורר ווערן.
צדקה תרומם29 דע"י פועל טוב נעשים מוחו ולבו זכים אלף פעמים ככה30, אַז אַ איד אַ בן תורה, וואָס קאָן אַפולע לערנען, און איז אַ חסיד אויך וואָס זיינע אַ שעה איז זייער טייער, און
הערות
- 27. ראה סה"מ ה'ש"ת ע' 29. לקוטי שיחות חלק ג ע' 776.
- 28. ראה סוטה י, א ואילך. ב"ר פמ"ט, ד. סה"מ תרפ"ט ס"ע 98. וש"נ.
- 29. משלי יד, לד. ראה סה"מ תרפ"ט שם ואילך.
- 30. ראה תו"א בראשית א, ב. ועם הגהות — אוה"ת שם ח"ו תתרכו, ב ואילך. סה"מ תרל"ח ע' רלב ואילך. ספר השיחות תש"ג ע' 10.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.