179
השי"ת זאָל עם מצליח זיין, איך האָב עם אויף זיין בריף געענטפערט, און דרך אגב געשריבן אַז ער זאָל האָבן אַ שיעור לימוד בכל יום, וואָס איך האָב עם געשריבן און ערקלערט אַז אויף יעדער יונגערמאַן ליגט אַ חוב קדוש ווירקן אויף דער סביבה, אין דעם זין פון שמירת קיום המצות, און ווי ער איז דאָך אין אַזאַ אָרט וואָס זיינען דאָ נאָך יונגעלייט זאָל ער זעהן פירן שמועסן מכח שמירת שבת והנחת תפילין, כשר, ביז ער זאָל צו ברענגען מיא זאָל עפּעס לערנען.
דעם יונגערמאַן קען איך ניט, אָבער דער ערשטער בריף זיינער איז געווען אמונה'דיק געשריבן, תמימות'דיק, אָן אייבער המצאות, און מיר האָט גיצייגן די האַרץ אים שרייבן וואָס איך האָב געשריבן.
אין דער צייט האָב איך שוין פון עם געהאַט עטלעכע בריף, ער האָט שוין ב"ה זייער אַפולע דורך געמאַכט, עטלעכע היטן שוין ריכטיק אָפּ וואָס מיא דאַרף, ער האָט שוין 67 חברים טובים, וואָס זיי זיינען שוין געוואָרן אין דער דרגא פון ליגן אין דעם ווי ווירקט מען אויף די איבעריקע, אַז זיי זאָלן זיין שומרי מצוה.
ווייא איז די יאָרן מיט וואָס מיא קוויקט זיך, אַז ב"ה מיא לייגט תפילין, און מיא עסט כשר, מיא לערנט אַ פרשה חומש מיט רש"י און מיא זאָגט אַ קאַפּיטל תהלים. אָבער אין אַזא מצב איז דאָס ב"ה.
אַ חולה מסוכן ר"ל אַז השי"ת העלפט און ער האָט בכח מאַכן אַ טראָט וועט השי"ת העלפן און ער וועט ווערן אַ בריא.
אַזעלכע פעל האָב איך געזען ב"ה גאָר אַפולע אַז מיא איז מעורר ווערט מען נתעורר, די אברים זיינען טאַקע שוואַכע, אָבער אַז די בלוט איז געזונט, אַז עס איז רצוא ושוב מיט אַ חיות, גיט דאָס אַ חיזוק אין די אברים און זיי ווערן געזונט באמת.
מיר דאַרפן תמיד געדענקען דאָס וואָס דער רבי האָט אונז געלערנט, זעהן אין יעדער קלייניקייט די גרויסקייט, קוקן אויפן זולת ניט נאָר בעין טובה, נאָר בעין יפה.
טויזנטער טויזנטער יונגעלייט ווערן ח"ו פאַרפאַלן איבער דעם נקרש הדם, די קאַלטקייט, און די גלייכגילטיקייט, וואָס האָט אַרומגענומען אַ טייל פון די יראי אלקים און בקרב אנ"ש שי', די רבנים און די שוחטים, מיט די מלמדים און בעלי בתים. בני תורה האָבן געדאַרפט טאָן אין החזקת התורה, ניט נאָר יוצא זיין וואָס מיא העלפט די ישיבות מיא גיט אַ נדבה מיט דעם איז מען יוצא. ניין מיא דאַרף אַליין אויך לערנען, און מיא מוז פועל זיין אויף די בעקאנטע אַז זיי זאָלן קומען אין שול לערנען די שיעורים, אויף דעם דאַרף מען האָבן מסירת נפש, ליגן אין דעם בכל כחו.
אנ"ש שי' דאַרפן האָבן שיעורים פון לערנען חסידות בזמנים קבועים בכל מקום ומקום לפי תנאי המקום, מכח דעם האָבן מיר שוין אַפולע מאָל גערעט, און ב"ה אין היפּש ערטער איז מען מקיים, וברכות יחולו על ראשם.
דער רבי האָט פותח געווען דעם צינור פון מסירת נפש אויף תורה ועבודה שבלב און עס איז ידוע26 אַז
הערות
- 26. ראה אגרותקודש ח"א ע' קצז. ע' רעג. ח"ב ע' עז. ע' שפה. ח"ד ע' דש. ח"ו ע' עדר. ח"ז ע' כג. ח"ח ע' תקג. ח"ט ע' רפט. ע' תכב. חי"א ע' קא. ע' קמה. לעיל ע' 21. לקמן ע' ס"ע 181. ועוד.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.