176
לדבר בעת התפלה, וכן בעניני ההדרכה במדות טובות איז אין יעדער וואָרט ליגט אַ שטיק עצמי, אַ שטיק לעבן, אַלץ איז ערנסט, טיף אויסגעוויינט, עס פילט זיך אַז די ווערטער גייען פון אַ ווייטן טיפן, שטאַרקן קוואַל. איצטער באַ אונז איז דאָך דעם רבינס ווערטער געשריבענע ווערטער, געדרוקטע ווערטער אויף פּאַפּיר, אָבער די געדרוקטע און געשריבענע ווערטער לעבן מיט אַ חיות פנימי, די ווערטער אַליין שרייען פון זיך אַליין, די דברים הקדושים וואָס יוצאים מהלב בוער, ברענט נאָך ב"ה איצטער בלבת אש קדש ווי זיי זיינען אַרויס ממקורם ושרשם, זיי שרייען זיי בעטן זיי הייסן. אָפּלערנענדיק דעם רבינס עטלעכע שורות פון אַ אגרת (הן מהנדפסים והן אשר בכתובים) אַריין נעמענדיק די ווערטער אין קאָפּ איז די ווערטער אַליין זיינען מעורר און עס פועלט אין קאָפ און אין האַרצן.
דעם רבי'נס אגרות17 בהנוגע קופת רמבעה"נ זיינען ברענענדיקע ווערטער אַ אזהרה ופקודה לדורות, און אַ הבטחה בברכת בני חייא ומזונא לדורי דורות. וויפל לעבן האָט דער רבי אָפּ געגעבן אויף עניני ארץ הקודש ת"ו, ווי עס איז ידוע איז דער בעל שם טוב אויך געווען אַ נשיא פאַר ארץ הקדש ת"ו ווי ער שרייבט אין איינעם פון זיינע בריוו18 אשר מעתה מן השמים קא זכו לי' להיות הראש והגבאי גם על פרנסת הנסתרים דארעא דישראל, כן מורינו הרב המגיד ממעזריטש נ"ע האָט געטאָן לטובת קופת רמבעה"נ19, ורבינו הגדול נ"ע הוסיף אומץ בעבודת הקדש, וכידוע אשר הבטיח לכל החבורא קדושה מהתלמידים אשר נסעו עם הרה"צ הקדוש רמ"מ זצ"ל כי בעזה"י פרנסתם תהי' בטוחה20, און בגלל זאת האָבן מיר זוכה געווען די אגרות הקדש.
אונזערע טאַטעס און זיידעס האָבן אויף זיך מקבל געווען לדורותיהם מחזיק זיין לומדי תורה אין ארץ ישראל, מיא דאַרף וויסן אַז דאָס האָבן זיי מקבל געווען אויף זיך לדורותיהם באלה ובשבועה על דעת המקום שאין לו הפרה לעולם, געוויס איז די הבטחות און ברכות פון רבין אויך לדורותיהם, דאַרף יעדער איד און אידענע וואָס זיינען מגזע החסידים וויסן אַז אין וואָס פאַר אַ מדינה זיי זיינען דאַרפן זיי האָבן אַ פּושקע פון כולל חב"ד וואָס מיט דעם זיינען זיי מקיים דעם צוזאָג פון זייערע עלטערן ז"ל, מיט דעם זיינען זיי מזכה די נשמות פון זייערע עלטערן ז"ל און מאַכן זיי אַ קורת רוח אין גן עדן און מיט דעם וועלן זיי זוכה זיין צו די הבטחות און ברכות פון רבי'ן וואָס ער בענטשט לדורי דורות די אַלע וואָס וועלן מקיים זיין זיין פקודה געבן ארץ ישראל געלד אויפן כולל חב"ד ודברי צדיקים וברכותיהם חיים וקיימים לעד.
די אַלע תירוצים וואָס איז איצטער פאַראַן פאַר וואָס מיא איז זיך ניט עוסק בתורה ועבודה שבלב ווי חסידות מאָנט20, איז באמת דאָך געווען אין אַלע צייטן און אין די פריערדיקע דורות
הערות
- 17. כו"כ נדפסו באגרותקודש אדה"ז ח"אב. וראה ספר תולדות חב"ד בארה"ק ע' לט ואילך. ע' ח ואילך. וראה גם שיחת ליל יט כסלו תרצ"ב. ספר השיחות תנש"א ח"ב ע' 614 ואילך.
- 18. "התמים" חוברת ה ע' ל [רכז, ב].
- 19. ראה "התמים" חוברת ז ע' כו [שלא, ב]. ספר השיחות תש"ח ע' 181.
- 20. ראה בית רבי חלק א פרק ו (ז, ב). פרק ח (יב, ב). ספר תולדות חב"ד בארה"ק ע' ח ואילך.
- 20. ראה גם לעיל ע' 151 ואילך.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.