175

אשר הי' נגד נאַפּאליאן12.

ושאל אחד מהיושבים פאַר וואָס רעכנט מען עפּעס ניט דעם זיצן, אין פּעטראָפּאַוולאווסקין קרעפּאסט און דאָס איז דאָך דער יום טוב של גאולה.

והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א יע י"ט כסלו איז אַ יום טוב, היום הרת עולם, היינט זיינען חסידים געבאָרן געוואָרן, און בכל שנה ושנה איז דאָס דער ראש השנה פון חסידות, דער רבי האָט געהאַט מסירת נפש אויף חסידים ניט אויף חסידות, חסידות איז דער פאַרשטאַנד און חסידים איז די עבודה. דער רבי האָט געהאַט מס"נ אויף עבודה מיא זאָל זיך ניט נאַרן, מיא זאָל אַלע מאָל און אין אַלע צייטן, וויסן וואו מיא שטייט אין דער וועלט.

נאָר דאָס וואָס ער איז געזעסן אין פּעטראָפּאַוולאווסקין קרעפּאסט האָבן אַלטע חסידים גערעכנט איינע פון די צעהן זכותים וואָס דער רבי האָט זוכה געווען13.

באַ אַ פנימי איז יעדער זאַך הן גוטע אָדער חלילה פאַרקערט אַ טיפע איבערלעבונג, ווי מיר זעהן במוחש אין טבעי בני אדם פאַראַן אַזעלכע וואָס הן די גוטע כו' לעבן זיי דאָס גרינג און געך איבער, דאָס רופט מען אַ חיצון ניט קיין יסודותדיקער מענטש, דאָס איז אַ קל הדעת, דעת איז דאָך התקשרות13 צוגעבונדן און איינגעשלאָסן מיט דעם וואָס ער איז פאַרבונדן, און קל הדעת הייסט אַ גרינגער און שוואַכער פאַרבונד, אָבער באַ אַ פנימי איז אַלץ טיף, אַלץ קומט פון פנימיות המוח און דערלאַנגט אין פנימית הלב, ומכל שכן אַ עצמי דאָס איז שוין גאָר אַ אַנדער זאַך.

דער רבי איז געווען אַ עצמי14, לבד זאת וואָס בכלל נשמות הגבוהות זיינען אין דער מדריגה פון עצמי ניט התפשטות (כידוע בענין הב' מדריגות שבאור, אור מתפשט ואור עצמי) ומכל שכן נשמה דאצילות15, איז דער רבי געווען אַ עצמי מצד העבודה, והיינו זיין עבודה איז געווען אין דער מדריגה ווי אַ משפיע וואָס מקבלים קאָנען האָבן אין דעם אַ קצת תפיסא והשגה.

אין דעם עצם המוחין ומדות פון רבי'ן קאָנען מיר קיין שום השגה ותפיסא ניט האָבן, באַ אונז איז דאָס במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקור16. וואָס מיר קאָנען יע עפעס האָבן אַ אפס קצה השגה ותפיסא איז אין מעשה כמו שנראה הנהגת רבינו עם תלמידיו, עם חסידים מיט סתם אידן, אין יעדער הנהגה, אין יעדער וואָרט, פון יעדער אגרת הקדש וואָס דער רבי רעט בעניני התפלה, הן בהעבודה פנימית שבתפלה והן בהאזהרה הגדולה שלא

הערות

  1. 12. ראה אגרותקודש אדמו"ר הזקן ואדמו"ר האמצעי ח"א ע' ע' קנקנא. ע' רלז ואילך. ספר השיחות תורת שלום ע' 203. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 232. וש"נ. לעיל ע' 171.
  2. 13. ראה שיחת ליל ב יט כסלו שנה זו (לקמן ס"ע 181 ואילך.
  3. 13. ראה תניא ספ"ג. פמ"ב. ובכ"מ.
  4. 14. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 166. לעיל ע' 89. וש"נ.
  5. 15. תורת שלום שם. מאמר אבות החסידות — "התמים" חוברת ב ע' מג [סט, א].
  6. 16. חגיגה יג, א.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.