173
בני אדם האָט דער רבי אַ סדר כללי און אַ סדר פרטי ווי עס איז צו זען פון תקנות השניות וואָס זיינען געשריבן געוואָרן בליאזנא בשנת תקנ"ח4 (ווען זיינען די תקנות הראשונות געשריבן געוואָרן ווייס איך איןדערוויילע ניט5).
אָט אַזוי זעהן מיר דעם רבי'ן אין פערשיידענע צייטן, און אין פערשיידענע ענינים אין דער צייט פון זיין וואַקסן אַלעס תלמיד קטן באַ דעם רבי'ן ר' ישכר דוב נ"ע קאַבילניקער המגיד דליובאַוויטש6 בהיותו בן י"ב שנה7, וכן אנו רואים אותו בעמדו על פרשת דרכים בהיותו בן עשרים7, ובמהלך נפשו הק' והטהורה במעזריטש ובימי נשיאותו ובהנהגותיו עד יומו האחרון בעלמא דין, אַ ציור כללי וואָס דער רבי איז, איז אַרום נעמענדיק די אַלע הנהגות און הדרכות פון רבין, איז אַרויס זאָגן אין קורצע ווערטער, איז דער רבי געווען און ער איז אַ לב בוער ומוח שליט על הלב.
באַ יעדער זאַך וואָס עס גייט אַרויס פון רבין זעהן מיר ווי צוויי גרויסע וועלטן, מוח ולב קומען זעך צוזאַמען, און דורך זיי ביידן ווערט געשאַפן אַ ברייטע וועג פאַר דעם כלל ישראל, אַ וועג וואָס איז אַ דרך סלולה גלייך גוט פאַר דעם גרעסטן למדן און משכיל, און פאַר דעם גאָר גאָר פשוטן אידן.
דער רבי האָט אונז אָפּגיעפנט די אויגן און האָט אונז באַוויזן, די גרויסקייט פון דער קלענסטער זאַך און די קליינקייט פון דער גרעסטער זאַך.
חסידות לערנט אונז פאַרשטיין און פילן דעם אמת פון אמת, זעהן אין יעדער זאַך דעם גשמי ורוחני, דעם גוף און די נשמה, איידלען דעם גשמי און ציען זיך צו דעם רוחני.
דער רבי זאָגט אַז אַלץ בעדאַרפמען אָנהויבן פון זיך אַלץ זיך אויסבעסערן, יעדער קלייניקייט פון ניט קיין גוטע זאַך, וואָס אין זיך איז פאַראַן אין מדות אָדער אין הנהגת בני אדם זאָל זיין אַ פולע גרעסער און פאַרנעמען מער אָרט ביי זיך, ווי די גרעסטע בעסטע זאַך פון גוטע וואָס באַ זיך איז יע פאַראַן. וואָרום די ביסעלע ניט גוטע, קען איבערפירן די גוטע, והוא אומר אַז אַביסעלע גוטע דורך תשובה ועבודת הלב קאָן בעזרת השם יתברך ברענגען אַ רפואה שלמה צו אַלע חולאתן ר"ל פון מדות רעות.
דאָס איז דער יסוד העבודה פון תורת החסידות דאָס מאָנט דער רבי באַ אונז און דאָס איז דער יסוד החסידות וואָס אבותינו רבותינו הקדושים האָבן אונז געגעבן, און אונז מדריך געווען.
דער רבי האָט מחנך געווען יונגעלייט, געוויס האָט ער געזוכט בעלי כשרון ובעלי חוש אויך, אָבער דער עיקר וואָס ער האָט מחנך געווען אַז מיא זאָל זעהן דיא גרעסטע אמתע גרויסקייט
הערות
- 4. אוצ"ל: תקנ"ה — ראה "התמים" חוברת ב ע' לה [סה, א]. אגרותקודש אדה"ז ח"א ע' סה.
- 5. לאח"ז בשנת תרצ"ו כשנדפסו ה"תקנות הראשונות" ב"התמים" חוברת ב (ע' לב [סד, ב]) כתב המערכת: "כפי שיכולים לשער הנה התקנות הראשונות נערכו בשנת תק"מג בערך". וראה גם מקורות והערות לאגרותקודש אדה"ז ח"א ע' תל.
- 6. ראה אודותו — בספר הזכרונות חלק א פרק ז. שיחת חג הפסח תרצ"ד סעיף ג. ועוד.
- 7. כ"ה גם בבית רבי חלק א פרק א. וברשימת רבינו ב"בטאון חב"ד" גליון 3938 ע' 37 שכשנתמלאו לאדה"ז י"א שנה התחיל ללמוד עם ר' ישכר דוב. ובספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 96: בן עשר.
- 7. ראה ספר השיחות תש"ו ע' 23 הערה 6.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.