172

י"ט כסלו תרצ"א1

ליל א'

דער רבי2 האָט געהאַט מסירת נפש אויף דעם כלל ישראל3, אַז דער כלל ישראל זאָל שטייגן העכער, ער איז געווען אַ דורש טוב לכל אחד מישראל ער האָט געקוקט מיט אַ עין טובה אויף יעדערן, און האָט געזוכט דעם גרעסטן לימוד זכות אויף יעדערן.

דעם רבי'נס מסירת נפש איז געווען ניט נאָר בכח נאָר מסירת נפש בפועל, מס"נ בכח איז אַז מיא איז ביי זיך אויפן אָרט און מיא איז זיך עוסק בתורה ועבודה ובתפלה לד' שיאיר ויפקח עיני האנשים לראות ולהכיר את האמת ואשר ישלח רוח ממרום לעורר לבות בני אדם להתקרב לדרכי העבודה, וואָס אַזוי איז געווען אין כמה זמנים אַז בעזה"י אידישע הערצער זיינען געוואָרן וואַרעמער און אופגילעבט בדרך התעוררות מלמעלה, וואָס דאָס איז געווען בהתעוררות רחמים של הצדיקים ותפלתם במס"נ בתעצומות עוז קדש הקדשים.

אָבער מסירת נפש בפועל הוא מה שהצדיק מניח את עצמו לגמרי מכל וכל, וכל התעסקותו הוא להאיר אור בדרך משפיע ומקבל והיינו להכניס את עצמו בכל פרטי המקבל לפי"ע ומצבו של התלמיד ולאו דוקא כשהוא מקבל היינו בעל כשרון אלא דכל ההתעסקות שלו לעשותו למקבל, און מאַכן אַ מקבל איז דאָס נאָר דורך דעם מסירת נפש פון משפיע, דאָס הייסט מסירת נפש פון משפיע מאַכט אַ מקבל.

און דאָס איז איינע פון די טעמים וואָס באַ חסידים האָט מען ניט געזוכט קיין בעלי כשרונות, דאָס הייסט מיא האָט ניט געשטעלט קיין תנאים מוגבלים פון גוטע חושים דוקא און גוטע קעפּ, דער עיקר איז גיווען אַז מיא זאָל זיין אַ בעל עבודה, יעדערער לפי כחו און דאָס איז געווען דעם רבינס שיטה, מאַכן מקבלים אָן אַ חילוק צי יענער איז אַ בעל חושים וכשרונות מופלאים או בינונים אָדער גאָר פשוטע חושים.

מיר ווייסן אַז דער רבי איז געווען אַ מסודר, ער איז געווען אַ מופלא אויך אין דעם ענין פון סדר, אַלץ איז באַ אים געווען מסודר, אַ סדר פון תורה ועבודה, אַ סדר אין תלמידים בעלי מוחין בעלי מדות, רבנים, שוחטים, מלמדים, בעלי עסקים ואברכים הסמוכים על שולחן אבותיהם או חותניהם.

און פאַר יעדערן פון די אַלע סוגי

הערות

  1. 1. נדפס בלקוטי דיבורים חלק ד תשיג, ב ואילך. בהוצאה זו ניתוספו הערות וציונים מהמו"ל.
  2. 2. אדמו"ר הזקן.
  3. 3. הובא ונתבאר בארוכה בשיחת י"ט כסלו תשכ"א.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.