167
פינסטערניש האָט אויך אַ ברעג, איר יונגעלייט וואָס איר לויפט מיט דעם וועלט שטורעם, לויפענדיק נאָך די וועלטיקע זאַכן פאַרגעסט איר אויף אידישקייט. איר פאַרגעסט אויף תפילין, אויף שבת, אויף טהרת המשפחה, איר זייט צוטראָגן פאַר יאָגט, די דאגת הפרנסה, דער שטורעם פון לעבן פאַרשלעפּט אייך פאַר בלענדעט אייך די אויגן, אָט אַזוי לעבט איר אָפּ אַ טייל פון אייער לעבן.
דערמאָנט זיך יונגע מענטשן און בעטראַכט זיך איר וועט ווערן עלטער, וואָס וועט זיין פון אייך און פון אייערע קינדער, איר קאָנט ניט לערנען איר זייט פּראָסט אין וויסן אַ דין, איר און אייערע פרויען ווייסט ניט וואָס מיא מאָג און וואָס מיא טאָר ניט, מיא ליגט אין לעבן, מיא זוכט אַלץ וואָס בעסער פאַר דעם גוף, און אויף דער נשמה פאַרגעסט איר.
יעדער מענטש דאַרף קוקן אויף שפּעטער זעהען וואָס וועט זיין די ענדע, די ענדע וועט געוויס זיין אַ גוטע עס שטייט דאָך כי לא ידח ממנו נדח82, סוף כל סוף וועלן אַלע תשובה טאָן נאָר עס איז דאָ צוויי וועגן, איינע וואָס השי"ת גיט דעם מענטשן רוב טוב, און די צווייטע ח"ו דורך יסורים ר"ל, מיא דאַרף האָבן דעם בית הקברות אין זינען, מיא דאַרף גידענקען אין אַלע צייטן אפילו ווען מיא איז ב"ה יונג, דאָרטן זיינען דאָ פערשידענע עלטער און השי"ת זאָל געבן אַלע אידן אומעטום אריכות ימים ושנים, אָבער ימינו איז דאָך כצל עובר83, מיא דאַרף לייגן תפילין, היטן טהרת המשפחה. אַז מיא היט אָפּ אידישקייט ווערן געבאָרן כשרע קינדער גיזונטע קינדער, און אַז איר וועט זיי געבן לערנען אין גוטע חדרים וואָס מיא לערנט קמץ אלף וועט איר אין זיי זעהען אפולע נחת, איר וועט האָבן אריכות ימים ושנים, און נאָך אריכות ימים וועט איר האָבן כשרע קדישים און כשרע קינדס קינדער. די וואָס זיינען מקבל אויף זיך לייגן תפילין און היטן טהרת המשפחה קאָנען בלייבן צו הקפות, און מיר וועלן זיך משמח זיין בשמחת התורה און השי"ת זאָל אונז אַלעמען בתוך כלל ישראל געבן אַ גיזונטן גליקליכן יאָר בגשמיות וברוחניות.
ואחר כך עמד על רגליו ואמר בקול רם, אתפשטותא דמשה בכל דרא84, משה איז גיווען אַ אוהב ישראל, באַ משה רבינו איז גיווען טייער אַ אידישער גוף, לא מיבעי נפש רוח ונשמה, נאָר אויך אַ אידישער גוף. יקר אצלי גופו של כל אחד ואחד מישראל, ועל כן הנני מודיע עוד הפעם, שבאם ישנם בכאן כאלו וואָס היטן ניט קיין טהרת המשפחה, און אַזעלכע וואָס לייגן ניט קיין תפילין, זאָלן ניט באיי זיין צו מיינע הקפות, וויילע עס איז פאַר זיי אַ סכנה, מיט סכנות נפשות שפּילט מען זיך ניט85.
הערות
- 82. ע"פ שמואלב יד, יד. וראה הל' ת"ת לאדה"ז פ"ד ס"ג. תניא ספל"ט.
- 83. ע"פ תהלים קמד, ד.
- 84. תקו"ז תס"ט (קיב, רע"א. קיד, רע"א). וראה ב"ר פנ"ו, ז.
- 85. במכתב הר"י פייגין מכ"ו תשרי תרצ"א מעתיק קטע משיחה זו, ואח"כ מוסיף: באסרו חג נודע לנו ממקום ברור אשר מקלוב [=מועדון] פרץ שבפה, שהם מקו השמאל לגמרי פשוט קאמוניסטן, באו בהכנה לבלבל ההקפות והי' מוכן אצלם מי שיחתוך העלעקטרא, ואם יעמדו נגדם הי' מוכן אצלם אלים ר"ל. וכשאמר [רבינו] דברים אלו, אמר הגדול שבהם להשאר שילכו והלכו. והוא פלאי בכח עליון שפעל על הרשעים הללו. וממשיך הר"י פייגין במכתב הנ"ל: ביום ו' נכנסתי אצלו [לרבינו] וספרתי לו הענין הנ"ל, אף כי כבד הי' להמשיך עליו מרה שחורות בכ"ז מצאתי לנכון אשר צריך שידע זאת. ואמר [רבינו:] אט איצט איז מיר רעכט, איך האב בעת מעשה ניט פארשטאנען וואס האט מען מיך מכריח געווען אויף זאגן דאס.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.