166
דאָך איצטער דער ריידן זיך צו אַ טאָלק. אויף וואָס דוכעט75 איר און אויף וועמען זייט איר זיך סומך, חסידים דאַרפן אַליין טאָן יעדערער מוז האָרעווען, עס דאַרף זיין עבודה שבלב, דער ענין פון תפלה, די הכנה צו עבודה שבתפלה דאַרף זיין ג' ד' שעות מקודם לימוד בעיון, און די יודעי העיון ווייסן אַז צוליב לערנען דריי שעות בעיון דאַרפמען לכל הפחות לערנען פינף זעקס שעה.
דער צדיק ר' נחום פון טשערנאָביל נ"ע, איז געווען שמן פון אמן יהא שמי' רבא76, וואָרום מיר זעהען דאָס במוחש, אז מיא זעט אַ אידן לערנען קומט צו פשוט אין גשמיות אין לב ובשר הגשמי. אַז איך וואָלט זיצן צווישן הונדערט לומדי תורה, איז אויב מיא דאַרף אַ פונט ברויט אַ טאָג וואָלט איך מער ניט דאַרפן ווי אַ פערטל, און אויב מיא דאַרף אַ האַלבע פונט, וואָלט גיווען גינוג אַ אַכטל פונט.
איך וואָלט וועלן זיין אַ איש פשוט, נאָר אַזוי ווי די רבותינו הקדושים האָבן פאַרשטאַנען דעם ענין פון איש פשוט, מיכל שצערבינער77 (הערת המו"ל, דאָס איז גיווען אַ ישובניק פון דאָרף שצערבינע, נאָהענט פון ליובאַוויטש, און ער פלעגט פאָרן אין ליובאַוויטש צום רבין) איז אַמאָל גישטאַנען באַ סליחות ניט ווייט פון טאַטן, און עס האָט גירונען באַ אים טרערן פון ביידע אויגן, האָט דער טאַטע אים מקנא געווען, דער טאַטע איז דאָך גיווען אַ שיינער אין גשמיות איז באַ אים איינגיפאַלן די באַקן פון קנאה, און האָט גיזאָגט אַז ער איז מקנא מיכלן ווי ער זיצט באַ זיך אין דאָרף און שטייט אויף צוויי אַזייגער באיינאַכט און זאָגט תהלים וכו'.
הערט אידן מען קאָן נאָך אַריינכאַפּן תשובה טאָן, ראש השנה שרייבט מען77, און יום הכפורים שרייבט מען אונטער, הושענה רבא נעמט מען אַרויס די פתקי חיים78, און ביז שבת בראשית גייען זיי נאָך ניט אַרויס פון היכל.
אחר כך פנה להמון עם שנתאספו, און האָט גיזאָגט, איך בין מודיע אויב דאָ געפינען זיך אַזעלכע וואָס לייגן ח"ו ניט קיין תפילין און היטן ניט קיין טהרת המשפחה, זאָלן זיי ניט זיין באַ מיינע הקפות. אדם הראשון איז אַרויס גיטריבן גיוואָרן פון גן עדן נאָך דעם חטא, ווייל די קרקע פון גן עדן און דער אויר פון גן עדן קאָן ניט פאַרליידן קיין חטא79, עשרה שיושבים ועוסקים בתורה שכינה שרוי' ביניהם80, אַ קיבוץ פון חסידים וואָס זיינען בהתקשרות לאבות העולם, איז אויר פון גן עדן, צו מיינע הקפות קאָנען ניט זיין די וואָס היטן ניט קיין טהרת המשפחה און די וואָס לייגן ניט קיין תפילין (מיט מיר אונטער איין מקיף קאָנען זיי ניט זיין), סיידן זיי זאָלן אויף זיך מקבל זיין פון היינט אָן צו היטן טהרת המשפחה און לייגן תפילין.
עס שטייט81 קץ שם לחושך,
הערות
- 75. בוטחים.
- 76. ראה שיחת יום שמח"ת תרפ"ט (לעיל ע' 46). וש"נ.
- 77. נזכר בשיחת מוצאי יוהכ"פ תרפ"ט (לעיל ע' 25 ואילך).
- 77. ראה ר"ה טז, ב.
- 78. ראה זוהר ח"א רכ, סע"א (ובאור החמה שם). ח"ב קמב, סע"א. ח"ג לב, א. פרי עץ חיים שער הלולב פ"ד.
- 79. מאמרי אדמו"ר האמצעי ויקרא ח"ב ע' תשג. סה"מ תרס"ב ע' רצט.
- 80. אבות פ"ג מ"ו.
- 81. איוב כח, ג.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.