165
מען ממשיך דעם תענוג עצמי הבלתי מורגש פון העלם העצמי דאין סוף, וואָס דאָס איז וואָס מיא איז ממשיך דורך דעם ריקוד וואָס דער ענין אין דעם איז אַז עס דערלאַנגט ביז די כפות רגליו, א מענטש אַז ער איז פריילעך פּאַטשט ער מיט די הענט, און אַז די שמחה איז נאָך גרעסער טאַנצט ער מיט די פיס, דאָס הייסט אַז די שמחה האָט אים דורכגענומען און נעמט אים אַרום אינגאַנצן עד כפות רגליו.
נעכטן אין דער צייט בין איך דאָך ניט געזעסן (ליידיג) בטל, און יעצט זיצט מען אַ פּאָר שעה, באַ אייך איז דאָס מסתמא אַ קשיא, באַ מיר איז דאָס אויך אַ קשיא, נעכטן איז מען דאָך ניט גיגאַנגען ליידיג, איי שלאָפן, איז דאָך אויך אַ סדר, דאָס איז דאָך באַ יעדער בן תורה איד דער חלקי ה' אמרה נפשי, עס איז דאָך פאַראַן די צייט וואָס אמרה נפשי, וואָס דער נפש רעט, דער ענין אין דעם איז אַז מיא האָרעוועט אויף אַ ענין און מיא ווייס אים ניט, איז נאָכדעם בעת השינה שהנשמה עולה למעלה ווערט דאָס אים נתגלה, דאָס איז דער חלקי ה' אמרה נפשי70.
עס איז דאָ אַ העכערע דרגא אַז די ענינים וואָס מיא לערנט, און די ענינים אלקים וואָס מיא איז זיך אין זיי מתבונן בעת התפלה וכו' איז בעת השינה שהנשמה עולה למעלה ושואבת לה חיים71, יעמאָלט ווייסט מען די פנימיות ועמקות הענינים (אבל זה הוא כעין שכר כו')72.
איר האָט אַמאָל גיזעהן אויף אַ וואָקזאַל ביינאַכט, עס איז פינסטער, ווייניק מענטשן, און דער שומר גייט אַרום און שיקט פאַנאַנדער די וואַגאָנעס, יעדערן אויף זיין אָרט, דעם וואַגאָן אין דעם געגנט און דעם צווייטן וואַגאָן אין אַן אַנדער געגנט. עס איז דאָך עלמא עילאה כגוונא דעלמא תתאה73, איז למעלה באַדערנאַכט ווען די נשמות זיינען עולה בעת השינה, דרייען זיך אַרום מלאכים, און מלאך מיכאל שיקט פאַנאַנדער די נשמות יעדערע צו איר היכל, אויב איינער האָט זיך באייטאָג גיטראָפן זיך מיט דעם צווייטן און האָט אים גיזאָגט, קום מיר וועלן גיין שאַפן אַ פּאָר רובל פאַר יענעם נויט באַדערפטיגן, און זיי זיינען צוזאַמען גיגאַנגען און גישאַפט פאַר דעם נויט באַדערפטיגן, איז נאָכדעם באיינאַכט למעלה די מלאכים זיינען מצרף די ביידע נשמות און מען שיקט זיי אָפּ אין היכל הצדקה, אויב איינער האָט געלערנט באייטאָג תורה, שיקט מען אים אָפּ אין היכל התורה, און דאָס איז דער ענין פון חלקי ה' אמרה נפשי, אַז עס ווערט אים נתגלה דער ענין וועלכן ער האָט פריער ניט פאַרשטאַנען72. וכמו בענין דרש רבא כתיב74 התעיף עיניך בו וכו' ווערט באַ אים נאָכדעם רעכט דער ענין (ענין זה נתבאר בדרוש שמיני עצרת תרצ"א).
על כל פנים נעכטן בין איך דאָך ניט געזעסן ליידיג (בטל) איצטער אַז מען זיצט און מיא גיט אַוועק צייט דאַרפמען
הערות
- 70. איכה ג, כד.
- 71. ב"ר פי"ד, ט.
- 72. ראה שער הגלגולים הקדמה יז. ד"ה צהר תעשה לתיבה תרצ"ה (סה"מ קונטרסים ח"ב שדמ, א). סה"מ ה'ש"ת ע' 5. לקוטי שיחות חלק ד ע' 1026. ועוד.
- 73. ראה זוהר ח"א לח, א. שם רה, ב.
- 74. משלי כג, ה. סוטה לה, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.