ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרצ"אליל שמחת תורה תרצ"א164

164

סאָק65, טאָמער וועל איך האַלטן אין שמונה עשרה זאָלסטו אַ וויילע צו וואַרטן, באַ קיינעם זאָלסטו ניט בעטן עסן נאָר באַ מיר. און יענעם יאָר האָב איך גיפאַסט, און דער נאָך דעם אַנדער יאָר איז דאָס שוין גיווען בפשיטות וכו' (בעת ער66 האָט דערמאָנט דעם וואָרט דער טאַטע, האָט ער גיזאָגט, איך זאָג ניט אויף דעם טאַטן נשמתו עדן, ערשטנס בין איך ניט קיין אַדרעסן שרייבער, און ווידער פאַר מיר איז דער טאַטע ניט נסתלק גיוואָרן וכו'67).

סוכות איז די ווינטן וואָס בלאָזן, אוצרות רוח, וואָס זיי בלאָזן אויף די צמחים ווי זיי ליגן נאָך אין דער ערד, שמיני עצרת איז ווי דער קנה הצמיחה וואָס די יושבי הארץ דערקענען פון די דשאים קטנים דעם אופן הצמיחה וואָס וועט זיין, וואָס דעם אופן הצמיחה מיינט מען ניט אין כמות נאָר מען מיינט אין דעם ענין השביעה (זאַטקייט), וואָרום עס איז פאַראַן אַמאָל אַז די תבואה הגם זי איז ווייניק אין כמות, אָבער זי איז אַ תבואה וואָס זעטיקט, און אַזוי איז פאַראַן פאַרקערט וכו'. וואָס דעם סדר הצמיחה ווייסן מיר וויילע אַזוי שטייט אין זהר, און אין חסידות ווערט דאָס נתבאר וואָס דאָס איז הן אין עבודה פון די ענינים וואָס בכל השנה און הן אין דער עבודה וואָס בנפש האדם איז.

מיא זאָל מיך פרעגן ווי די וועלט פירט זיך אין ראש השנה ווייס איך ניט, איך ווייס נאָר ווי מיא האָט זיך גיפירט אין ליובאַוויטש, אין גן עדן התחתון און אין גן עדן העליון.

גיוויס געדענקען אַלע וואָס מיא האָט אַמאָל גירעט68 אַז דעם רבינס חסידים, דעם אלטן רבינס חסידים, פלעגן רופן דעם חדר וואָס מיא האָט דאָרטן גיוואַרט אויף יחידות, גן עדן התחתון, און דעם חדר וואו דער רבי איז גיזעסן האָבן זיי גירופן גן עדן העליון. באַ זיי איז גיווען דער רבי און חסידות די מדריגה פון עולמך תראה בחייך69, דאָס איז גיווען זייער לעבן און דאָס איז גיווען זייער גן עדן אויף דער וועלט, און אַזוי איז באַ חסידים מקושרים בהתקשרות אמיתי.

שמיני עצרת איז דער מריבוי' וטפוי', שמחת תורה איז דורך דעם ריקוד איז

הערות

  1. 65. מיץ.
  2. 66. = רבינו.
  3. 67. ומוסיף בזה כ"ק אדמו"ר בשיחת ש"פ שלח תש"י (התוועדויות תש"י ע' 106): "ועד"ז בנוגע לכ"ק מו"ח אדמו"ר — שאין לומר עליו "נשמתו עדן", כי (א) מי הוא זה שיכול ליתן "כתובות" להגביל את מקומו ל"גן עדן", ג"ע התחתון או ג"ע העליון, או למעלה מזה עד אין שיעור, (ב) למה לנו לשלחו מאתנו?! הוא בודאי אינו רוצה להיפרד מאתנו, ונמצא אתנו! ומאותו טעם שאין אומרים "נשמתו עדן", אין אומרים גם "זכר צדיק לברכה", כי, ענין הזכרון ("זכר") שייך רק על דבר הרחוק שנופל בו ענין השכחה, משא"כ בנדו"ד שלא שייך ענין השכחה ח"ו, אין צורך בזכרון, כמו שאין צורך בנוגע לאדם חי". ובלקו"ש חי"ז ע' 513 במענה לשאלה למה לא נז' על רשב"י "זי"ע" (במכתב כללי דל"ג בעומר תשל"ה — לקו"ש חי"ב ע' 235): "י"ל ע"פ ביאור הראגצובי (בחוקותי כו ס"ק מב)[ednref_46_*] דביצחק אין שייך זכירה כו'".
  4. 68. לעיל ע' 17. וש"נ.
  5. 69. ראה ברכות יז, א. [edn_46_*] וז"ל: בתו"כ פ' בחקותי דאמר שם דשם זכירה לא שייך רק על דבר שאינו לפנינו, ולכן ביצחק לא שייך זכירה רק ראיה. . דשל תורה הוא דבר הנמשך ופועל תמיד ולכן לא שייך בזה גדר זכירה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.