163
נאָהענטע יונגע לייט אויך ניט אַריין לאָזן, איצטער איז די טירן אָפן ווער עס וויל קאָן קומען.
דער טעם הדבר איז וויילע איצטער איז עקבות דמשיחא, און עס איז די צייט פון קיום ההבטחה60 פון יפוצו מעיינותיך חוצה61, אַז חסידות און די עבודה פון חסידות וועט ריינמאַכן בעזרת השם יתברך דעם חוצה.
איצטער איז גיקומען די צייט אַז אַלע בני תורה אָן אַ חילוק פון מפלגה62 אפילו די וואָס האָבן זיך אַמאָל גירופן מתנגדישע בני תורה, עולמותשע ישיבות דאַרפן לערנען חסידות און זיין בעלי עבודה ווי חסידות מאָנט, ניטאָ איצטער דער ענין פון התנגדות ח"ו, דער וואָרט מתנגד דאַרף זיין און מוז זיין מרוחק בתכלית הריחוק, באַ אונז איז ניטאָ און עס דאַרף ניט זיין קיין חילוקים ח"ו.
עס איז פאַראַן און עס דאַרף זיין דער חילוק אין נוסחאות, וואָס דאָס זיינען שערים מיוחדים מכוונים להשבטים והשתחואות שבמקדש שהם כנגד י"ג שערים שבמקדש דלעתיד לבוא במהרה בימינו אמן63, נוסח אר"י ז"ל נוסח אשכנז וכו' במילא איז דער נאָמען אשכנזים.
אין תורה ומצות איז ניטאָ קיין חילוקי נוסחאות, אַלע בני תורה ומצות פון אַלע נוסחאות אין תפלה, דאַרפן נתאחד ווערן אין דער עבודה פון תורה ומצות וואָס עס איז נתגלה גיוואָרן בתורת החסידות, די טירן זיינען אָפן פאַר בני תורה, פאַר מקיימי מצות די טירן זיינען אָפן פאַר אידן, פאַר די וואָס דער נקודת היהדות ציט זיי וואו אידן זיינען און וואו אידן זיינען זיך משמח בשמחת תורה.
אחר כך נמשך הדיבור בענין שמיני עצרת שהוא בא לאחר ההכנות של חודש אלול, שענינו הוא חרישה, שהוא ענין תעניתים, ואחר כך ימי הסליחות נעכט ניט שלאָפן און לערנען (אַ יושב אוהל אַז ער וויל אָנהויבן אַ נייע מסכת מאַכט ער דאָך אַ חשבון, אין חודש אלול דאַרף ער זיך דערמאָנען ס'איז דאָך עפּעס חודש אלול מיא דאַרף מאַכן אַ חשבון פון די עלף (11) חדשים וואָס זיינען דורכגיגאַנגען64), נאָכדעם ראש השנה דענינו זריעה, ניט עסן און ניט שלאָפן, מייקר זיין כל רגע, און נאָכדעם יום כפור דענינו הוא ענין הרקבון שהוא התענית דיום הכפורים, וואָס דאָס איז דער תענוג פון ניט עסן.
איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה, וואָס הייסט חינוך. אַז איך בין אַלט געווען זיבען יאָר דאָס הייסט אַ פערטל אויף אַכט, האָט מיך דער טאַטע צוגירופן ערב יום כפור און האָט מיר גיזאָגט, ביינאַכט טאָרסטו ניט עסן, מאָרגן אינדערפרי ביז צוועלף דעם זייגער דאַרפסטו ניט עסן, און נאָך צוועלף איז ווי דו וועסט וועלן, און האָט מיר מבאר גיווען וואָס הייסט עסן אין יום כפורים, נאָר אויב דו וועסט וועלן עסן זאָלסטו באַ קיינעם ניט בעטן, זאָלסט קומען צו מיר, איך האָב פאַר דיר אָנגיגרייט וואַסער מיט עסן און
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.