ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרצ"אליל שמחת תורה תרצ"א162

162

לזאת הנה גם למטה הוא בגילוי דשמחה, וואָס אַלע, גאָר גאָר אַלע זיינען פריילעך און אופגעלייגט עס איז שמחת תורה.

און אַזוי ווי ראש השנה און יום הכפורים ווערט אַ איד אַ בעל תשובה, דאָס הייסט אפילו די ראש השנה און יום כפור אידן, וואָס אַ גאַנץ יאָר איז ער ר"ל אין חשך ואפלה, דאָס הייסט אַרום גינומען פון אַלע זייטן ר"ל מיט רע גמור, און אַז עס קומט ראש השנה און יום הכפורים און ער קומט אין שול קאָן דאָך זיין אַז ער זאָל טאַקע באמת תשובה טאָן, וואָס די אמתע תשובה איז אַז לא ישוב לכסלה עוד59, אַז די ניט גוטע זאַכן וואָס ער האָט גיטאָן ביז איצטער, און די תענוגים ותאות זאָל ער מער ניט טאָן, און פון היינט אָן זאָל ער ווערן אַ איד אַ שומר תורה ומצוה. אָט אַזוי איז שמחת תורה קאָן אַ שמחת תורה איד צו קומען צו תשובה מתוך השמחה והקירוב, נעמען אַ ביסעל משקה אָנוואַרעמען זעך מיט אַ אידישער וואַרעמקייט אָנכאַפּן זיך אָן אַ עץ חיים פון אַ ספר תורה, און אַוועקגיין אין דעם אידישן קאַראַהאָד, טאַנצן און פרייען זיך מיט דער שמחה פון תורה.

די שמחה פון תורה איז אַ רפואה צו אַלע מחלאות ר"ל, דעם בעל עבירה ר"ל מאַכט די שמחה אַ פתיחת הלב והמוח אויף חרטה האָבן על כל עניניו הרעים, און נעמען אויף זיך ווערן אַ איד וואָס איז מקיים מצות, און דעם אידן פון תורה ומצות איז די שמחה פון תורה מאַכט אַ פתיחת הלב והמוח אויף להתקרב לאלקות, און דעם חסידישן אידן העלפט די שמחה פון תורה להתדבק בדביקות ובהתלהבות.

אַ גרויסן רבי'ן נשמתו עדן, האָט מען גיענטפערט אויף זיינע שאלות אויף יחידות באַ זיין רבי'ן, וואָס זיין רבי איז אונזער רבי, נאָר אונזער רבי איז ער דורך אים, אַז מיר זיינען זיינע חסידים איז דורך אים זיינען מיר אויך זיין רבי'נס חסידים, און זיין רבי איז אונזער רבי, האָט דער רבי גיזאָגט אין דעם ענין פון ריקוד דשמחת תורה אַז דאָס איז על דרך ווי אַ פאָטער זאָגט זיין בן יחיד, טאַנץ פאַר מיר, מיט דעם נעמסטו מיך אין גאַנצן, אַז איך בין אינגאַנצן דיינער, במילא ווערן מיר אינגאַנצן זיינער. דאָס הייסט מיא טאַנצט אין אויר פון גן עדן, וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון הקפות, הקפות איז מקיף, אין דער הקפה האַלט מען אַ ספר תורה אותיות שבתורה וואָס דאָס איז דער עצמות אין סוף ברוך הוא פון חכמה עילאה דאצילות וואָס עס איז ניט נשתנה גיוואָרן און כמו שהוא למעלה כמו כן הוא למטה ממש, און די אותיות הקדושות מיט דעם אור עצמי פון עצמות אין סוף ברוך הוא גייט מיט אונז אין דער הקפה, און אין דעם אויר טאַנצט אַ איד בשמחת תורה.

אַמאָל פלעגט מען צו חסידות ניט אַריינלאָזן קיין יונגע לייט, מ'האָט פריער גידאַרפט וויסן לכל הפחות דעם סדר השתלשלות, וויסן לכל הפחות די סטאַנציעס, וואָס דאָס איז דאָך דער ספר שער היחוד דעם מיטעלן רבינס, וואָס ער איז מבאר גוף ענין ההתבוננות מה היא בעצם, און במה יתבונן, וויסן די חסידישע סטאנציעס. און איצטער לאָזט מען אַלעמען אַריין, דאַרפמען מכיר טובה זיין, און צוהערן, און בפרט באַ אַ חסידישן פאַרבריינגען פלעגט מען גאָר

הערות

  1. 59. אגה"ת פ"א (צא, רע"א). וראה רמב"ם הל' תשובה פ"ב ה"ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.