161

כמטחוי קשת, און געלט אויף תורה דאַרף מען געבן נאָר למקום הראוי אַז ניט גייט דאָס אַוועק ר"ל אויף מסים וארנונית וכהמעשה דרבי יוחנן שמובא בגמרא (ב"ב55).

פאַר וואָס קוקט איר ניט אויף אייער שכן ליטא, אַז עס איז ב"ה פאַראַן כמעט אין יעדער שטעטל אַ תפארת בחורים יחיו כן ירבו יונגע לייט וואָס זיינען בעלי עסקים און בחורים בעלי עסקים בעלי מלאכות קומען זיך צונויף און מיא לערנט מיא שטאַרקט זיך אין אידישקייט. פאַר וואָס איז אין לעטלאַנד גאָר נישט. ניטאָ קיין תפארת בחורים56 עס זיינען פאַראַן אַ קליין הייפטעלע צעירים שיחיו צי דען דאָס איז דער אידישער יוגענד, פאַר וואָס גיט מען זיי ניט קיין הילף אַז זיי זאָלן קאָנען מרבה תורה זיין. אידן אין לעטלאַנד דאַרפן טראַכטן מכח זיך מאַכן די לאַנד פאַר אַ מקום תורה און השי"ת זאָל זיי העלפן.

היינט איז שמחת תורה, די תורה פרייד זיך און אַלע פרייען זיך, אַלע אידן זיינען זיך משמח מיט דער תורה, עס איז פאַראַן מענטשן וואָס אַ גאַנץ יאָהר זיינען זיי ניט קיין תורה אידן, קאָנען ניט לערנען און ווילן ניט לערנען, און וויילע זיי ווילן ניט לערנען דערפאַר קאָנען זיי ניט, און אַז עס קומט שמחת תורה פרייען זיי זיך, עס איז שמחת תורה.

דער אמת פון דעם איז וויילע בשמחת תורה איז אַ עת רצון למעלה, און דער עת רצון איז אין אַ תנועה פון שמחה, דער פאַר איז למטה שמחה און אַלע פרייען זיך. וכמו בראש השנה ויום הכפורים שהוא עת רצון למעלה בתנועה של יראה, ווערן די טעג אָנגירופן ימים נוראים, יראהדיקע טעג, אַלע האָבן יראת שמים, אַלע ציטערן אָבער גאָר אַלע אפילו די וואָס אַ גאַנץ יאָר זיינען זיי פאַרטומלטע מיט זייערע עסקים, מיט תענוגים מיט תאוות ר"ל, און פון טומלעניש ווייס מען ניט פון קיין שול פון דאַוונען וכו' ר"ל, קומט אָבער ראש השנה און יום הכפורים יעמאָלט ניכטערן זיי זיך אויס פון זייערע פאַרטומלעניש פון דעם פּלאָנטער פון יצר הרע, און עס כאַפּט זיי אויך אַ מורא, אַ ציטער, עס איז דאָך ראש השנה, עס איז ערב יום כפור עס איז יום כפור. יעמולט דערמאָנען זיי זיך אַז זיי זיינען אויך אידן ווי אַלע אידן.

דער טעם הדבר איז וויילע יעמולט איז דער זמן פון קירוב המאור אל הניצוץ57 און אַז דער מאור איז בקירוב אל הניצוץ יעמולט כאַפּען זיך אַלע אויף, אָט אַזוי ווי עס וועט זיין בזמן דתחיית המתים, אַז עס וועט נתגלה ווערן דער טל תורה וועט דאָס זיין אַ טל תחי'58, אָט אַזוי איז לפי ערך אין דעם זמן פון קירוב המאור אל הניצוץ איז יעמולט כאַפּן זיך אַלע אויף, ולהיות דלמעלה הוא זה בהתנועה דיראה על כן גם למטה הוא יראה, ובשמחת תורה דלמעלה הוא עת רצון בתנועה דשמחה

הערות

  1. 55. י, א.
  2. 56. "בכמה מקומות במרחבי תבל נוסדו אגודת תפארת בחורים וענינה של אגודה זו אשר מתקבצים בחורים. . אשר רובם מבעלי מלאכה, בעלי עסקים. . מתקבצים יחד בזמן קבוע בכל יום ללמוד שעה אחת כו'" — אגרותקודש ח"ב ע' קלב ואילך. וש"נ.
  3. 57. ראה דרך חיים כא, סע"ב. כד, ד ואילך. צא, א. סה"מ תרצ"ז ע' 158. תרח"ץ ע' ב. וש"נ.
  4. 58. ראה ילקוט שמעוני כו, יט. תניא ספל"ו. וראה אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א חלק כב ע' צז בהערה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.