159

האָבן גאָר נישט. אמת ריגא איז געווען אַ אָפּגעשלאָסענע שטאָט און דערפאַר איז דאָס ניט קיין מקום תורה, אָבער פאַר די לעצטע צען יאָר אַז איר זייט געוואָרן אַ מדינה האָט איר געדאַרפט טראַכטן וועגן מאַכן אייער מדינה פאַר אַ מקום תורה, און איר אַלע גרויסע בעלי בתים און גבירים זייט מחוייב זען מאַכן געלט אויף הרבצת תורה, מאַכט חדרים און ישיבות נאָר די געלט דאַרף אַוועקגיין אויף החזקת תורה ממש, למקום הראוי וואו מיא לערנט בדרך הישן קמץ אלף אָ קמץ בית באָ, פתח אלף וכו'48.

די אותיות פון תורה און די נקודות פון תורה זיינען הייליק49, קמץ איז כתר, פתח איז חכמה, און די הייליגקייט פון די אותיות און נקודות זיינען מאיר די נשמות פון די קינדערלעך שיחיו וואָס לערנען אַז זיי זאָלן בלייבן ערליכע אידן.

מיא האָט געדאַרפט מאַכן בעוואוסט צווישן אידן, אַז אַלע טאַטעס און אַלע מאַמעס זאָלן וויסן אַז די קינדער דאַרפן לערנען קמץ אלף פתח אלף, עס איז זיי נוגע אין לעבן ממש. עס איז אויפגעשטאַנען אַ דור וואָס ווילן באַ אידן אויסרייסן די קדושת האותיות און קדושת הנקודות, זיי מאַכן זיך פאַר אוהבי ישראל, בעלי טובה'ניקעס זיי זוכן די טובה פון די קינדער, אָבער מיט דעם ווילן זיי אויסרייסן באַ אידן ח"ו די הייליגקייט פון אותיות און נקודות.

איך זאָג אייך אידן אַז זיי זיינען אייערע גרעסטע שונאים, זיי מאַכן ר"ל די קינדער פאַר אפיקורסים, דער אויבערשטער ברוך הוא זאָל געבן אַלע אידן לאַנגע געזונטע יאָרן, אריכות ימים ושנים אָבער מיא לעבט ניט אייביק, פון אַזעלכע קינדער וועט ח"ו קיין קדישים ניט זיין.

אידן געדענקט גוט אַז אין דעם חדר און אין דעם חינוך אין דעם היינגט אָפּ אייער גאַנצער לעבן אַז דער קינד זאָל בלייבן אַ איד.

אַמאָליקע יאָרן איז אַ איד וואָס השי"ת האָט אים געהאָלפן ער האָט געהאַט פרנסה בריוח פלעגט ער האַלטן אַ חבר מיט וועמען ער פלעגט לערנען, ער פלעגט גיין צום ?לאַט אפילו פּראָסטע אידן פלעגן קומען אין בית המדרש הערן עין יעקב, מיא פלעגט הערן אַ מאמר רז"ל אַ סיפור המעשה פון אַ הנהגה טובה אין חיבת התורה און מצות, אין החזקת והרבצת תורה, אין מדות טובת, יראת שמים, וטבעי בני אדם, וואָס יעדער מאמר וואָס אַ איד האָט געהערט איז דאָס באַ אים אַ אור מאיר אין זיין לעבן און אין זיין פירונג מיט זיינע בני בית.

די גמרא50 דערציילט אונז אַז ינאי המלך האָט געזאָגט לדביתי' זאָלסט ניט מורא האָבן ניט פאַר די בני תורה (הגם זיי זיינען געווען זיינע אומפריינד) און ניט פאַר די פרייע, נאָר מורא האָבען דאַרף מען פאַר די צבועים, די גיפאַרבטע, וואָס מיט זייערע רייד (און אַמאָל אויך אפילו מיט זייער אופפיהרען) זיינען זיי פון אויסווייניק גלייך צו די בעלי תורה, אָבער דער אינוועניק זייערער איז אַ שלעכטער.

הערות

  1. 48. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.
  2. 49. ראה: תקוני זוהר בהקדמה (ז, ב ושם), שם תי' סט (קד, ב ושם). זהר חדש בתיקונים (צט, ב ושם). ובכ"מ. שו"ת הרדב"ז ח"ג סי' תרמג. ועוד. — הערת כ"ק אדמו"ר בספר השיחות תש"א ע' 88.
  3. 50. סוטה כב, ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.