158
איר האָט אַזוי פיל אַרבעט, וואָס שווייגט איר, איך פאַרשטיי אייך גאָר ניט. איר דאַרפט אַליין טאָן און אויך ווירקן אויף דעם צווייטן. איר דאַרפט זיך שטעלן אויף די טראָטואַרן44 און שלעפּן אידן אין בית הכנסת לערנען אַ בלאַט גמרא וכדומה, קיין אָפּהאַלט צוליב געלט דאַרף ניט זיין, זייט מעורר די גבירים וכו'.
אַמאָל וואָלט מען מיט אַזעלכע יונגע לייט גאָר ניט גערעט, נאָר היינט דאַרפט איר דאָס זיין די מעוררים בעניני חיזוק התורה.
מיא מאָנט באַ מיר פאַר וואָס איך בין צו גוט, איך קוק בעין יפה, נאָר דער אמת איז אַז דאָס האָט מען מיר געגעבן איך זאָל קוקן אויף אַ אידן בעין יפה. ווען45 איך בין אַלט געווען פיר יאָר האָב איך גיפרעגט באַ דעם טאַטן פאַר וואָס האָט דער אויבערשטער ברוך הוא בעשאַפן אַ מענטשן צוויי אויגן און איין מויל, און איין נאָז. האָט ער מיך גיפרעגט צו ווייס איך אלף בית, ועניתי הן. פרעגט מיך ווידער דער טאַטע, צי ווייסטו אַז עס איז פאַראַן אַ שין און אַ סין, און וואָס איז דער חילוק פון זיי. ועניתי לו, אַז אַ שין איז די פּינטעלע פון דער רעכטער זייט און סין איז די פּינטעלע פון דער לינקער זייט. האָט מיר דער טאַטע געזאָגט, פאַראַן זאַכן וואָס מיא דאַרף אויף זיי קוקן מיט דער רעכטער אויג, און פאַראַן זאַכן וואָס מיא דאַרף אויף זיי קוקן מיט דער לינקער אויג. אין אַ סידור און אויף אַ אידן דאַרפמען קוקן מיט דער רעכטער אויג, און אויף אַ צוקערקע און אַ צאַצקע מיט דער לינקער אויג. און פון יעמולט אָן האָט זעך איינגעוואָרצלט די זאַך אַז אויף אַ אידן ווער ער זאָל ניט זיין און ווי ער זאָל ניט זיין דאַרף מען קוקן בעין יפה.
אמר לרמ"ד46 ולרא"וו47, שהם צריכים להתעסק בהחזקת התורה במדינה זו (לעטלאַנד), ושלא יחסרו האמצעים הדרושים לזה. ועל זה הנני שליח למסור להם זאת. איר אַלע זייט עדות אַז איך האָב מיין שליחות איבערגעגעבן.
פאַר וואָס קוקט איר ניט אויף אייערע שכנים הטובים פולין וליטא. נו אויף פולין קאָנט איר ענטפערן עס איז קיין עין הרע ניט אַ מדינה גדולה ורחבה, כן ירבו, אָבער ליטא איז דער זעלבער סכום אידן, כן ירבו ווי אין לעטלאַנד כ"י, איז ב"ה פאַראַן עטלעכע גרויסע ישיבות, און אין יעדער שטעטל איז דאָ אַ ישיבה קטנה, עס איז ב"ה פאַראַן תלמוד תורה'ס חדרים מיט ערלעכע אידן מלמדים, מלמדים וואָס מיא לערנט תורה באמת, מיא לערנט ווי מיא האָט אַמאָליקע יאָרן געלערנט.
באַ יעדן ליטווישן אידן און אידענע איז פאַראַן אַ טייערקייט פון תורה, מען האָט ליב אַ ישיבה בחור, אַ ישיבה בחור שטייט זייער הויך, און וואָס איז אין לעטלאַנד ר"ל פּוסט און וויסט, וואו זיינען אייערע ישיבות וואו זיינען אייערע תלמוד תורה'ס וואו זיינען אייערע חדרים.
ריגא און די גאַנצע מדינה גיט ב"ה זייער פיין צדקה, גיט אויף אַלע ישיבות אָן עין הרע, גיט אויף אַלץ בעין יפה, השי"ת זאָל זיי העלפן. אָבער זיי אליין
הערות
- 44. מדרכות הרחובות.
- 45. הובא בלקוטי שיחות חלק ב ע' 596.
- 46. ר' מרדכי דובין.
- 47. ר' אביגדור וואלשאנאק.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.