156

וועמען ער טרעט דו בולאַך35 איינער וואָס טרעטסטו אויף מיר, ווער ביזטו, מיט וואָס ביזטו העכער פון מיר, פאַר וואָס זאָהל איך ניט טרעטן אויף דיר. אַז מען גייט אין גאַס און מען טראַכט ניט קיין דברי תורה, דערמיט איז מען ח"ו מעכב די גאולה, מה שאין כן אַז מען וועט טראַכטן אין דברי תורה וועט מען דערמיט מקרב זיין די גאולה.

די חסידישע בעלי עסקים דאַרפן האַלטן אין די קראָמען אַ חומש אַ תניא, אָדער אַ תהלים, און אין די פרייע צייט לערנען. מען דאַרף טאַקע אונטער שרייבן אַ וועקסל און ניט מאַכן קיין טעות, מען דארף מאַכן אַ חשבון פאַר דעם קונה אויך, אָבער פאַר דעם אונטער שרייבן דעם וועקסל און נאָכדעם דאַרף מען לערנען אַ פסוק חומש, זאָגן אַ פסוק תהלים, און יעמולט וועלן זיי מצליח זיין אין זייערע עסקים.

און דאָס האָט אופגעטאָן דער צמצום הראשון אַז עס זאָל זיין אַ וועלט מיט אַ גשמיותדיקער גאַס מיט חומריותדיקע מענטשן, מיט קראָמען און וועקסלען, און מיא זאָל גיין אין גאַס און טראַכטן אָדער זאָגן אַ דברי תורה, מיא זאָל זיצן אין דער גשמיותדיקער קראָם און לערנען תורה.

נאָר דאָס איז אַלץ אַ מאמר המוסגר, דרך אגב, דאָס איז אַלץ בעלי בתישקייט, פאַר בעלי בתים, דער ענין פון עבודה דאַרף זיין בירור המדות, ואהבת לרעך כמוך36, איז ניט דער פשט יענעם ווי זיך, ניין עס איז אַ טעות, דער פשט איז כמוך, זיך ווי יענעם.

לחיים דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דעם גוטן יאָר וואָס דער זיסער טאַטע האָט אונז געגעבן זאָל אַראָפּ קומען אין אַ בפועל ממש בטוב הנראה והנגלה, עס זאָל זיין, אז תרצ"א, הגם עס שטייט37 מיט אַ ה', אָבער מיר ווילן אז עס זאָל זיין מיט אַ אלף38.

אחר כך בירך בברכתו הק' אַז דעם יאָר זאָלן אַלע אַרעסטירטע און פאַרשיקטע וועלכע זיינען אין רוסלאַנד זאָלן בעפרייט ווערן, משה רבינו הי' אצל פרעה וברח ונעשה לו נסים שצווארו נעשה כשיש והסכין לא חתך וכדומה39, אַ קונץ, און די וואָס האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף הרבצת תורה זיינען פאַרשיקט אין סיביר, עס איז שווער מער צו ליידן, גינוג, מיר ווילן עס זאָל זיין תרצ"א מיט אַ אלף, עס זאָל אַראָפּ גינומען ווערן אַלע העלמות והסתרים, די חדרים זאָלן זיי גאָר ניט

הערות

  1. 35. גולם.
  2. 36. קדושים יט, יח.
  3. 37. בחוקותי כו, לד.
  4. 38. במכתב הר"י פייגין מכ"ו תשרי תרצ"א מעתיק קטע משיחה זו, ומוסיף: ואח"כ דיבר [רבינו] הרבה מענין ביאת המשיח, ואמר שבשנה זו דארפין זיך ריכטן. ואמר אז תרצה, אז הוא ע"פ הזהר[ednref_43_*] שהא' הוא על ז' שהוא מדרי' משיח[ednref_44_**], ואף שנאמר תרצה בה', אך ידוע מרבינו שהחליף הה' על א'*[ednref_45_***]. ובמכתב אחר מתשרי תרצ"א כותב: אח"כ דיבר שבשנה זו יש תקוה חזקה על משיח, ואמר דכתיב אז תרצה, ואז הוא מדרי' משיח. ואף כי תרצה הוא בה', ידוע מרבינו שהחליף א' במקום ה', וע"כ נקוה על תרצ"א.
  5. 39. ראה מכילתא ופרש"י יתרו יח, ד. שמו"ר פ"א, לא. דב"ר פ"ב, כח. [edn_43_*] ראה זוהר ח"א רטז, א וברמ"ז שם. ח"ב נד, א וברמ"ז שם. כלי יקר ר"פ שמיני. [edn_44_**] ראה כלי יקר שם. סה"מ תרע"ח ע' רסט ואילך. תש"ה ע' 167 ואילך. [edn_45_***] להעיר מהוראת אדמו"ר הזקן לכתוב פצוע דכא באל"ף לבסוף ולא בה"א — ראה לקמן ע' 228 וש"נ. ולהעיר ממאמרי אדה"ז תקס"ב ח"א ע' מא. ד"ה בסוכות תשל"ז (סה"מ תשל"ז ע' 31).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.