ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרצ"אליל שמחת תורה תרצ"א155

155

זיין בשוב רשע מדרכו וחי'26 אָבער אַז עס זאָל ח"ו זיין מות המת דאָס איז ניט די כוונה העליונה, און אויף דערויף שטייט27 כי לא אחפוץ כו' השי"ת וויל דאָס ניט, דער רצון העליון איז אַז מיא זאָהל תשובה טאָן, דערפאַר איז דער קוק פון אַ צדיק דאַרף זיין בעין טובה ובעין יפה.

עס קאָן זיין אַמאָהל אַ טיפער קוק מיט אַ פּאָר שטאַרקע ווערטער, וואָס די ווערטער קאָנען דורך נעמען דורך און דורך על דרך ווי די ווערטער פון דער תוכחה, אַז די ווערטער שטעכן און ברענען בפועל ממש, אָבער באמת איז דאָך דאָס לטובה, ווי עס שטייט אין לקוטי תורה בד"ה בשברי לכם מטה לחם28. אָבער דער כללות פון אַ קוק של הצדיק על החוטא ר"ל הוא מסירת נפש.

דער חטא עץ הדעת איז געווען וואָס אדם הראשון הסתכל במקום הקליפות29, דקודם החטא איז דאָך געווען דער מקום הקליפות וסטרא אחרא מתחת כל העולמות30, רע איז דאָך אַ מציאות נברא ווי עס שטייט31 ובורא רע, נאָר די בריאה פון רע איז געווען מתחת כל העולמות און עס האָט ניט געהאַט קיין שייכות אל העולם, ועל ידי זה וואָס חוה האָט עובר געווען דעם ציווי השי"ת, איז האָט זיך דער רע מתגבר געווען און עס איז געוואָרן תערובות טוב ורע בכל הנבראים. האָט אדם הראשון אַ קוק געטאָן במקום הקליפות וואָס מיט דעם קוק האָט אדם הראשון געוועלט פאַריכטן דאָס וואָס חוה האָט מקלקל געווען, און דאָס איז געווען דער חטא פון אדם הראשון וויילע אדם הראשון איז ניט געווען קיין רבי32, פרצוף אדם קדמון איז אויך ניט קיין רבי, פרצוף איז דאָך אַ ציור, און רבי איז ניט דער ענין פון ציור (וזהו מאמר המוסגר).

אָבער מכל מקום הרי חזר והאיר און עס האָט מאיר געווען דער אין סוף שלפני הצמצום, פרעגט דאך דער עץ חיים33 אַ שטאַרקע קשיא, דער גאַנצער ענין פון צמצום הראשון איז געווען אַז עס זאָהל ניט מאיר זיין כביכול דער אור אין סוף וואָס לפני הצמצום בכדי עס זאָהל זיין אַ עולם גשמי, אם כן אַז לאחר שנתהווה העולם חזר והאיר האור אין סוף שלפני הצמצום, אם כן וואָס האָט אופגעטאָן דער צמצום. נאָר באמת האָט דער צמצום זייער אַפולע אופגעטאָן, צמצום האָט אופגעטאָן דעם ענין פון עבודה, און אַז דורך עבודה זאָהל מען ממשיך זיין דעם עצמות אור אין סוף וואָס לפני הצמצום15.

אַז34 מען גייט אין גאַס דאַרף מען טראַכטן דברי תורה, אַ פסוק חומש, תהילים, צי אין מחשבה אָדער אין דבור, וואָס דאָס ווענדעט זיך אָן דעם אָרט וואו ער גייט צי מיא מאָג על פי דין ריידן דאָרטן דברי תורה, אָבער אַז ער גייט אין גאַס און איז ניט פערנומען אין דברי תורה, זאָגט אים דער שטיין אויף

הערות

  1. 26. יחזקאל לג, יא.
  2. 27. שם יח, לב.
  3. 28. בחוקותי מח, סע"א ואילך.
  4. 29. ראה תו"א בראשית ו, א. אוה"ת בראשית חלק ו תתרפה, ב. המשך וככה תרל"ז פקכ"ט (ע' רד).
  5. 30. ראה סה"מ תרנ"ט ע' קעו. תש"ד ע' 139. ובכ"מ.
  6. 31. ישעי' מה, ז.
  7. 32. להעיר משיחת ש"פ בשלח תשט"ו.
  8. 33. שער א (דרוש עגולים ויושר) ענף ג. וראה המשך תרס"ו שם (ע' ד). ובכ"מ.
  9. 15. ראה המשך תרס"ו ע' ד. ע' תקט. סה"מ תרע"ח ע' פו. תרפ"ד ע' פד ואילך. תרח"ץ ע' קס. תש"ב ע' 28. ספר השיחות תש"ב ע' 146. ובכ"מ.
  10. 34. קטע זה הועתק ב"היום יום" ז אדר שני. וראה גם לעיל ע' 10. לקמן ע' 189.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.