154
ה', וואָס עס שטייט באַ משה רבינו עליו השלום18, וואָס דער פירוש פון להגיד לכם איז להמשיך18, איז דער טייטש להגיד לכם דבר ה' ממשיך זיין צו אייך דעם דבר ה', און דאָס איז אַ רבי להמשיך גילוי אור בתורה, על דרך דעם אופן פון לימוד התורה אין גן עדן.
באַ אַ רבין אופטו הייסט דער ענין פון ורבים השיב מעון19, ער גיט אַ קוק אויף איינעם וואָס איז אַ חוטא ונכשל בעון ר"ל, וואָס יענער ווייס וואָס ער האָט גיטאָן און דער רבי זעהט דאָס אויף אים, איז מיט דעם קוק איז ער אים מעלה20, וואָס די דרכי הרפואה זיינען, דער נתינת כח פון רבין אַז די גוטע וואָס אין יענעם איז פאַראַן זאָל זיך גובר זיין אויף די ניט גוטע.
וואָרעם גם מי אשר ר"ל חטא ופשע איז באַ אים פאַראַן דער ישראל, וואָס דאָס איז דאָך דער פירוש מאמר רז"ל21 אע"פ שחטא ישראל הוא, דער הוא איז אַ ישראל, דאָס הייסט אַז בגלוי איז ער ניט גוט ער איז ר"ל אַ חוטא ער איז ר"ל אַ חולה די קאָפּ און הענט זיינען ניט געזונט ער לייגט קיין תפילין ניט, און כמו כן די איבעריקע אברים ח"ו זיינען ניט געזונט אָבער דער הוא זיינער איז אַ ישראל. הוא איז דער טייטש נסתר ונעלם22, דאָס וואָס טיף בעהאַלטן דאָס הייסט אַז דער נעלם ונסתר באַ יעדער אידן איז אַ געזונטער, איז אַ קוק פון אַ צדיק גיט אַ כח אַז די געזונטע זייט פון דעם חולה ר"ל זאָל זיך גובר זיין אויף דער קראַנקער זייט.
אין אופני הרפואה איז פאַראַן צוויי דרכים23, הא' וואָס מיא גיט רפואות צו דער חולאת ר"ל, והב' וואָס מיא שטאַרקט די כחות פון די געזונטע אברים אַז זיי זאָהלן קאָנען דורך האַלטן די מלחמה פון די קראַנקע אברים ר"ל.
און אַזוי איז אין רוחניות אַז איינער איז ר"ל אַ חולה אויף תפילין אויף שבת אויף טהרת המשפחה אויף מאכלות אסורות וכו' איז פאַראַן צוויי אופני רפואה, היילן די מחלות ר"ל און געבן אַ שטאַרקונג די געזונטע זייט.
און דאָס איז די אמתע רפואה וועג אַז מיא זאָל טאָן ביידע זאַכן. און דאָס איז דער פעולת צדיק לחיים24, אַ קוק פון אַ צדיק גיט אַ כח אין דעם ישראל הוא, אַז ער זאָל נתעורר ווערן בהתעוררות פנימי און יעמולט וועט דער חוטא ופושע ר"ל ווערן אַ בעל תשובה.
באמת להביט על מי שיש בו רע איז דאָס אַ גרויסער מסירת נפש און בפרט קוקן נאָך בעין טובה ובעין יפה, וואָרעם עס איז פאַראַן אַ קוק וואָס דערפון ווערט יענער ח"ו ור"ל אַ גל של עצמות, וכמאמר25 יהיב עיני' ביה ונעשה גל של עצמות. וואָס באמת איז דאָס קיין דרך ניט, מער ניט וואו מיא דאַרף לבטל את הקליפה בדרך דחי' וואָרעם אפילו די וואָס זיינען ח"ו כלל ניט ווי מיא דאַרף, איז אויך די כוונה העליונה אַז עס זאָהל
הערות
- 18. ואתחנן ה, ה.
- 18. ראה דניאל ז, י. לקו"ת שה"ש ב, ג. מא, א. ובכ"מ.
- 19. מלאכי ב, ו. ראה גם שיחת י"ט כסלו תרצ"ב.
- 20. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 159.
- 21. סנהדרין מד, רע"א.
- 22. ראה תו"א מג"א צ, ד. צד, א. סידור עם דא"ח לט, ג. ובכ"מ.
- 23. ראה גם אגרותקודש ח"ד ע' שנד (הועתק ב"היום יום" כח מנ"א).
- 24. משלי י, טז.
- 25. סנהדרין ק, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.