129

החסידים, אַלע חסידי חב"ד אויף דעם גאַנצען כדור הארץ, זיינען ווי איין משפחה, וואָרום די יסודות פון חסידות וחסידים איז אחדות, אהבה ואחוה.

די טאַטעס און זיידעס פון משפחת החסידים האָבען געהאָרעוועט אויף חסידות און הנהגות במדות חסידות.

חסידות איז חיות, אמת ואור. אַ ליכטיגער אמת'ער לעבען, אַלץ וואָס מ'טוהט זאָל זיין מיט חיות, מיט אַן אמת, דאַוונען מיט אַ חיות, טאָן אַ מצוה מיט אַ חיות, לייען אַ גמ"ח דעם צווייטען מיט אַ חיות, דאַוונען און וויינען ר"ה ויוהכ"פ מיט אַ חיות. אַלץ וואָס מ'טוט זאָל זיין מיט חיות.

אויף דעם האָבען די טאַטעס און זיידעס פון משפחת עדת החסידים געהאָרעוועט און געלייגט דעם לעבען, דאָס הייסט, זיי האָבען זיך מוסר נפש געווען אויף דעם והאמונה, אַז די אמונה זאָל אַריין אין לעבען, דייטלעכער און קלערער געזאָגט, אַז זייער מסירות נפש איז געווען אַז דער טעגליכער לעבען זאָל זיין נאָך דער בעלייכטונג פון דער אמונה.

אַזוי האָבען זיי זיך אַליין געפיהרט, און אַזוי האָבען זיי מחנך גיווען זייערע קינדער. יעדערער האָט געזאָרגט פאַר זיך און פאַר זיין קינד. ער האָט געטאָהן אַלץ אין דער וועלט אויף בריינגען זיין קינד אין דער חסידישער מסיבה. ער האָט אַוועקגעגעבען געוויסע צייט אויף צו פאַרבריינגען מיט זיין קינד אין דער שטימונג פון חסידות און מדות חסידות, ערקלערט דעם קינד אַז זיין מוח'ל זאָל דאָס פאַרנעמען. . .

ער האָט געזעהען, אַז די שטוב זיינע זאָל זיין אַ בית ועד לחסידים, מ'זאָל זיך ביי איהם צוזאַמענקומען. אין דער חסידישער מסיבה, האָט מען גערעדט וועגען תורה וועגען עבודה שבלב, ווי מ'דאַרף דאַוונען, וועגען מדות טובות, ווי מ'דאַרף זיין אַ חסיד, וואָס איז אהבת ה', וואָס איז יראת ה', וואָס איז אהבת ישראל.

עס פלעגט זיין מסיבות ביי חסידים וואָס מ'פלעגט זיך מיישב זיין און מטכס עצה זיין אין פערשידענע עניני חסידות. אין אַזאַ מסיבה פלעגט מען יונגעלייט ניט אַריינלאָזען. די טיהרען זענען געווען פאַר זיי פאַרשלאָסען, ניט דער וואָס וויל האָט געקאָנט אַריין, מ'האָט געדאַרפט זיין ראוי אַז מ'זאָל אַריינגעהן אין אַזאַ מסיבה, מ'האָט געדאַרפט האָבען געוויסע הכנות.

אין דער עדת החסידים האָבען זיך געפונען אָט די, וואָס האָבען זיך אָפּגעגעבן מיט די יונגעלייט, מיט זיי גערעדט ווי מ'דאַרף זיין, זיי האָבען זיי געלערענט, זיי האָבען זיי מוכיח געווען, אַז מ'האָט געזעהען ניט קיין גוטע מדה פון שקר, רכילות, גאוה והדומה, האָט מען דאָס אויסגעריסען מיטן וואָרצעל, ביטול היש ניט נאָר אויפן פּאַפּיר, נאָר טאַקע אין לעבען.

יונגע לייט פון עדת החסידים פלעגען זיך וואַלגערן אַרום די טיהרען, אַרום די פענסטער, טאָמער וועלען זיי הערן עפּעס אַ וואָרט, אַ מעשה. יעדערער האָט געגאַרט הערן און זעהען ווי חסידים פאַרבריינגען, יעדערער פון די יונגעלייט האָט געוואוסט אַז אָט דאָס איז דער קוואַל פון וואַנען עס נעהמט זיך גוטע זאַכען פון יראת שמים ומדות טובות.

און אָט דאָס איז והאמונה, לעבען אין טעגליכען לעבען מיט דעם חסידות'

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.