128

מ'דאַרף ניט נתפעל ווערען וואָס אַ סאַך באַנוצען זיך מיט די מעטאָדעס. די עהרליכע אידען וועלען זיך לבסוף כאַפּען אויפ'ן גרויסען פעהלער וואָס זיי זיינען באַגאַנגען. דער חינוך פון קינדער מוז זיין נאָר אַזוי ווי ער איז געווען, און מ'דאַרף לערנען גמרא.

צוליב דעם חינוך פון די קינדער מוז די פיהרונג אין שטוב זיין אַ אידישע. אַז דער פאָטער געהט אין מנין דאַוונען און געהט הערן די שיעורים וואָס מ'לערנט, און די מוטער היט אָפּ אידישקייט, און דער שבת איז אַ שבת, איז דער אויר אין שטוב אַ גוטער, און דאָס ווירקט אויף די קינדער אַז עס וואָרצלט זיך איין אין זיי אידישקייט.

און דאָס איז והאמונה אזור חלציו, דאָס וואָס עלטערען קאָנען געבען קינדער און גיבען איבער קינדער, איז די אמונה.

אידען, פיהרט זיך אויף ווי געזאָגט אין חינוך און הנהגה, וועט איהר זוכה זיין זעען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוה.

בכדי אַז אַ איד זאָל זעען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוה, דאָס הייסט אַז די קינדער זאָלען זיין אידען, וויל איך אייך זאָגען אַ פּאָר ווערטער אין דעם. מיר איז זייער שווער צו רעדען באריכות, איך וויל זאָגען קורץ אייניגע ווערטער, און יעדערער זאָל דאָס גוט הערען און דערהערען. די ווערטער זאָלען אַריין יעדערען אין האַרצען. איך וועל זאָגען מועט המחזיק את המרובה.

בויען דעם דור ובית ישראל ע"פ התורה, דאַרפען טאַטע און מאַמע ביידע צוזאַמען מיט איין דעה, מיט איין שטימע, מיט איין שטרעבונג, איינער פון זיי קאָן ניט טאָהן, דאָס מוזען זיי ביידע צוזאַמען מיט איין דעה, און מיט איין פיהרונג.

די מוטער איז די עקרת הבית151, די וואָס בנתה ביתה152, זי שטעלט די יסודות פון דער הויז מיט איהר גוטער אידישער פירונג, און דאַמאָלסט איז זי די עקרת הבית. אָבער ווען די מוטער היט ניט קיין אידישקייט, דאַמאָלסט איז זי די עוקרת הבית, דאַמאָלסט רייסט זי אויס איהר הויז פון דער אידישער תורה און פון דעם אידישען פאָלק, דאַמאָלסט מאַכט זי דעם חורבן פון איהר הויז.

מעהר קאָן איך איבער דעם ניט ריידען, און איך קעהר זיך צו יעדערען וואָס האָבען געהערט וואָס איך האָב דאָ געזאָגט די עטליכע ווערטער, מיט אַ טיפער, נפש'דיקע בקשה, אַז יעדערער זאָל די ווערטער גוט געדענקען, און אויף איהם ליגט אַ חוב קדוש ממלא זיין מיין הערצליכע בקשה, איבערגעבען די ווערטער זיינע בעקאַנטע, און ערקלערן דעם ריכטיגען זין פון די ווערטער, וואָרום אין דעם היינגט אָפּ דער בנין פון בית ישראל. און דער וואָס וועט ממלא זיין מיין בקשה, זאָל השי"ת איהם באַגליקען אין אַלעס גוטעס, ברוחניות ובגשמיות.

נב. איצטער וועלען מיר פערשטעהען דעם ענטפער וואָס משיח האָט געענטפערט לרבינו הבעש"ט נ"ע אויף זיין פראַגע, ווען וועט ער קומען, לכשיפוצו מעינותיך.

אונזערע טאַטעס און זיידעס פון עדת

הערות

  1. 151. ראה ב"ר פע"א, ב. זח"א קנד, א. אוה"ת נ"ך ח"ב ע' תתעא.
  2. 152. משלי יד, א.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.