126
האָפענונג איז, אַ קינד און דאָס איז דער תקות אדם, יעדער מענטש אָהן אונטערשייד, רייך אָדער אָרעם ח"ו, איז דער עיקר אַ קינד. דער טעם הדבר בשרשו איז, וויילע דאָס איז דאָך דער כח אין סוף אין נבראים. דער בנין עדי עד, דער נברא וואָס ער איז דאָך בעצם אַ מוגבל, איז דערפאַר באַ איהם דער עיקר אַ קינד, וואָס דאָס איז דער בלי גבול פון נבראים144.
און דאָס איז די ירושה וואָס עלטערען גיבען איבער קינדער, די אמונה, דאָס איז אַן אייביגע זאַך.
נ. אין פסוק שטעהט והאמונה, ער האָט דאָך געדאַרפט זאָגען ואמונה, פאַרוואָס זאָגט ער והאמונה? אָט די אמונה דוקא, דאָס איז שייך צו זאָגען נאָר אויף אַ זאַך וואָס עס איז דאָ עטליכע מינים, זאָגט מען דאַמאָלט, די זאַך, און ניט קיין אַנדערע. אמונה איז איינע, אַלע אידען זיינען מאמינים בני מאמינים, איז וואָס זאָגט ער והאמונה?
אמת, אַלע אידען זיינען מאמינים בני מאמינים145, אַלע אידען גלויבען אין דעם אויבערשטען ב"ה, שם שמים איז שגור בפי כל, געלויבט איז דער אויבערשטער, איז דער ערשטער וואָרט וואָס יעדער איד, אנשים נשים וטף, זאָגען.
אַז איינער פרעגט דעם אַנדערען: וואָס מאַכסטו? ענטפערט איהם דער צווייטער: געלויבט דער אויבערשטער, אָדער אַ דאַנק. . .
אידען גלויבען אין דעם אויבערשטען ב"ה וואָס ער איז העכער ווי טבע, ווי מיר זעהען אין טעגליכען לעבען, איינער ח"ו האָט ניט קיין עסק און קיין כלי צו פרנסה, ענטפערט איהם דער צווייטער: זאָרגט ניט, דער אויבערשטער העלפט; אַז איינער איז רחמנא ליצלן אַ גרויסער חולה, דאָקטוירים זאָגען חלילה אָפּ, טרייסט מען, דער אויבערשטער וועט רחמנות האָבען, ער זאָל רחמנות האָבען, ער איז דאָך דער רופא חולים, און דער אויבערשטער ב"ה האָט דאָך רחמנות.
דער טעגליכער אידישער לעבען און די הונדערטער טויזנטער מסירות'נפש'ן און קידושהשם'ן וואָס אידען, אנשים נשים וטף, האָבען דורכגעטראָגען און טראָגען דורך אין פערשידענע מדינות אין פערשידענע אופנים, איז דאָס אַ בעווייז אויף דער אמונה טהורה, וואָס ביי אידען יחיו איז, אַז די אמונה איז ביי זיי איינגעוואָרצעלט אין דער טיפעניש פון זייער לעבען.
אָבער אמונה איז מקיף146, דערפאַר קאָן זיין אין דעם מענשענ'ס פיהרונג צוויי זאַכען וואָס זיינען הפכים, למשל, איינער געהט גנב'ענען און בעט דעם אויבערשטען ב"ה אַז ער זאָל איהם העלפען אַז די גניבה זאָל איהם געלינגען, מ'זאָל איהם ניט כאַפּען147. ער גלויבט אין דעם אויבערשטען ב"ה און טוט אַ זאַך וואָס דאָס איז נגד דעם
הערות
- 144. לקו"ת שה"ש לט, ד ואילך. מאמרי אדמו"ר האמצעי ויקרא ח"ב ע' תרעא ואילך. סה"מ תרנ"ד ע' רסד ואילך. תרנ"ז ע' קעט. עטר"ת ע' תיד. תרפ"ו ע' רכו ואילך.
- 145. שבת צז, א.
- 146. ראה תו"א הוספות לפ' תשא קיא, א ואילך. סה"מ עטר"ת ע' רסז ואילך. תרפ"ז ע' קיג ואילך. ד"ה כי תשא תשי"א (סה"מ תשי"אתשי"ג ע' 19 ואילך).
- 147. ראה ברכות סג, א (לפי גירסת העין יעקב). מקומות שצויינו בהערה הקודמת.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.