124
אַז זיי האָבען ניט געוואָלט זינדיגען, נאָר זיי האָבען זיך ניט געקאָנט מתגבר זיין אויפן יצר הרע.
ער משיח, וועט זעהען די גוטע זייט, דערפאַר אידן טוהט תשובה, האָט חרטה אויף די ניט גוטע זאַכען, די תשובה און די חרטה וועט העלפען אויף זוכה זיין צו גילוי המשיח.
די הנהגה פון משיח'ן וועט זיין ושפט בצדק דלים, והוכיח במישור לענוי ארץ, אַ דל איז ניט די מדריגה פון אַ עני ואביון132, אַ דל איז ניט ווייט פון אַ עשיר בדעה133, נאָר ער איז אַ דל וואָס אין ידו משגת134 צו טאָהן דאָס וואָס ער פערשטעהט.
אַ עשיר בדעה איז דער, וואָס פערשטעהט וואָס גוט איז, טאָהן גוטע זאַכען מיט דעם צווייטען און והדומה דאָס טוט ער, און דאָס וואָס ניט גוט איז, כמו תאוה, ריידען רכילות אָדער שקר והדומה, טוט ער ניט.
אַ דל איז, וואָס אין ידו משגת, דאָס הייסט ער ווייס אויך וואָס עס איז גוט אין וואָס עס איז שלעכט, נאָר דאָס אַלץ פאַרשטעהט ער אין קאָפּ; אָבער אין ידו משגת ער האָט ניט די שטאַרקייט ביי זיך אויף צו ברענגען דאָס אין לעבען, טאָן וואָס עס איז גוט צו טאָן, און ניט טאָן דאָס וואָס ניט גוט איז.
און דעם דל וואָס אין ידו משגת להעמיד על עצמו וועט איהם משיח משפט'ן אָבער דער משפט וועט זיין בצדק, ער וועט אויף איהם מלמד זכות זיין.
מח. והוכיח במישור לענוי ארץ, ענוי ארץ זיינען ווערט אַז מען זאָל זיי מוסר'ן, וואָרום יעדער מענטש דאַרף זעהען דערוועקען אויך דעם צווייטען אויפצוטאָהן גוטע זאַכען, אָבער אַז ער ווערט ביי זיך אַ עניו און זאָגט, וואָס בין איך פאַר אַ וועקער דעם צווייטען, וואָס בין איך פאַר אַ זאָגער, דאָס איז זעהר אַ שעדליכע ענוה, דאָס ברענגט צו, צו ניט גוטע זאַכען, און דערפאַר זיינען די ענוים ווערט אַ גרויסען מוסר.
אין לעבען זעהען מיר אַז איינער רעדט מיט דעם צווייטן און ער וועקט איהם צו טאָהן אַ גוטע זאַך, קובע זיין עתים לתורה, טאָהן אַ מצוה, געבען צדקה, העלפען די וואָס לערנען תורה והדומה, איז אַז מ'רעדט אין דעם, מאַכט דאָס אַ ווירקונג.
עס איז אַ חובת גברא אויף יעדן אידען, אַז איינער זאָל דעם צווייטען מעורר זיין און אָפט צוזאַמענקומען און ריידען מכח לערנען תורה, און מחזיק זיין לומדי תורה ועוד, אָבער דער וואָס זאָגט, וואָס בין איך פאַר אַ מעורר, וואָס בין איך פאַר אַ זאָגער, מיט דעם איז ער גורם ביטול תורה, ביטול החזקת התורה און אויך אַנדערע זאַכען, איז משיח וועט זיי משפט'ן אָבער ער וועט אויף זיי געפינען אַ לימוד זכות.
והי' צדק אזור מתניו והאמונה אזור חלציו, מתניו און חלציו איז דאָס די ביינער וואָס האַלטען אויף דעם גאַנצען קערפּער, מתניו איז דער טייל קערפּער וואָס מ'רופט פּלייצע, חלציו איז דער טייל קערפּער וואָס באַם ענדע חוט השדרה און עס הויבען זיך אָן די ביינער פון די פיס, דאָס הייסט אַזוי, אזור מתניו, דאָס איז די קראַפט וואָס האַלט אויף דעם מענטשנ'ס קערפּער
הערות
- 132. להעיר מויק"ר פל"ד, ו. ועוד.
- 133. ראה כתובות סח, א: עשיר בדעת.
- 134. ע"פ לשון הכתוב — מצורע יד, כא.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.