123
געוויסע לערנונג וואָס עס דאַרף ווייזען מענשען ווי צו פיהרען זיך.
די משנה זאָגט (מכות פ"א מ"י) די סנהדרין וואָס האָט אַרויסגעטראָגען אַ טויט אורטייל איין מאָהל אין זיבען יאָהר, ראב"ע זאָגט, אַז איין מאָהל אין זיבעציג יאָהר, ווערט די סנהדרין אָנגערופען חובלנית, קטלנית, אַ סנהדרין וואָס טויט מענשען.
די זאַך איז זעהר וואונדערליך, דער עם ישראל איז געווען זעהר גרויס, אַז אין דער שטאָט ירושלים עיר הקדש ת"ו איז גיווען שצ"ד בתי דינין (כתובות ק"ה ע"א) פון סנהדרי קטנה (צי כ"ג דיינים) איז אַז די סנהדרין האָבען איין מאָהל אין זיבעציג יאָהר אַרויסגעטראָגען אַ טויט אורטייל, רופט מען די סנהדרין קטלנית, פאַרוואָס איז דאָס?
נאָר דער אמת איז, אַז די זאַך פון די סנהדרין איז לערנען די אידען, געבען זיי אַ ריכטיגען חינוך והדרכה130, הן מסדר זיין דעם חינוך הבנים והבנות ביי גוטע מלמדים און מדריכים און הן דער סדר אין השגחה אויף דער הנהגה פון בני ובנות ישראל, זעהען אַז זיי זאָלען ניט צו קומען צו שלעכטע וועגען, און דערפאַר איז די סנהדרין וואָס האָט אפילו מעהר ניט ווי איין מאָהל אין זיבעציג יאָהר אַרויסגעטראָגען אַ טויט אורטייל, ווערט זי אָנגערופען קטלנית.
וויילע אָט דאָס וואָס עס געפינט זיך אַזאַ זינדיגער, וואָס איהם קומט טויט שטראָף, איז דאָס אַ באַווייז, אַז די סנהדרין האָט ניט געטאָן ריכטיג דאָס וואָס איהר חוב איז צו טאָן, ערקלעהרען און געבען צו פאַרשטעהן ווי דער מענטש דאַרף זיך פיהרען, אויף צו זיין איינגעהאַלטען פון נאָכגעבען די האַרץ אפילו אין די פאַרגעניגענס וואָס מ'מאָג.
דער נאָכגעבען זיך אין פאַרגעניגן דאָס בריינגט דעם מענטשן צו די גרעסטע שלעכטע זאַכען, די קערפּערליכע פערגעניגענס צוברעכען דעם מענשענס'ס לעבען.
דער משפט פון משיח'ן איז, אַז לא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח, משיח'ס משפט וועט ניט זיין ווי אַ מענטשליכער משפט, אַז מעהר ניט וואָס ער זעהט און הערט.
משיח'ס משפט וועט זיין אַז ער וועט קוקען זעהען און פיהלען אויך די סבות וואָס האָבן מיטגעבראַכט דעם זינדיגער אויף זינדיגען, ער וועט אויך פיהלען ווי דער זינדיגער האָט דאָס ניט געוואָלט טאָהן, אָבער ער האָט זיך ניט געקאָנט גובר זיין אויף זיין תאוה.
מז. אַז משיח וועט קומען בב"א וועט זיין תחיית המתים און דאַמאָלסט וועט זיין אַ דין ומשפט ווער עס זאָל אויפשטעהן צו תחיית המתים. אויך די וואָס וועלן דערלעבען און זוכה זיין צו זעהען ווי משיח וועט קומען, וועט אויף זיי אויך זיין אַ דין ומשפט131.
דעם דין ומשפט וועט משפט'ן משיח אַליין, און אויף דעם זאָגט דער פסוק, אשר לא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח, נאָר ער וועט אַריינגיין אין דעם שווערען לעבען פון אידען אין גלות, און וועט אויף זיי מעורר רחמים זיין און געפינען אַ זכות,
הערות
- 130. להעיר מתדבא"ר פי"א. לקוטי שיחות חלק טז ע' 378 ובהערות שם. חלק יז ע' 213.
- 131. ראה אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ב ע' עו. ועוד.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.