ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תר"ץשמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*] 122

122

זיי קענען לערנען און ווייסען אַז דאָס וואָס זיי ווילן טאָן, אָדער זיי טוהען טאָר מען ניט, און דערפון וואָס זיי טוהען דאָס וואָס מ'טאָר ניט, איז זיי ניט גוט אויפן האַרצען, און עס איינגט זיי, אָבער זיי זענען אַזוי שוואַך געוואָרען אין זייער דעה, און זיינען אַזוי נעבעך נידער געפאַלען אין די שמוציגע וועלטן און פאַרפּלאָנטערט מיט די פעדים פון קערפּערליכען און פליישיגען פאַרגעניגען, אַז זיי האָבען אין זיך ניט די מענטשליכע שטאָלץ, די ריכטיגע שטאַרקייט אויף אַרויסרייסען זיך פון דעם גרויסען, ברייטען עולם הזה'דיגען טייך פון פאַרגעניגען, און דער טומעל פון דער וועלט און דער רעש פון די פאַלשע רייכטימער פאַרבלענדעט זיי און פאַרטומלט זיי אינגאַנצען, אַז וועלנדיג ניט וועלנדיג, ווערען זיי פאַרשלעפּט אין דעם גרויסען שטראָם פון ים החיים אָהן אַ רעכענונג און אָהן אַ באָדען פון אמת און יושר.

מד. וואָס איך זאָג די פאַלשע רייכטימער איז דאָס אויף אַ יסוד פון אַ סיפור וואָס עס האָט פּאַסירט באַ דעם זיידען כ"ק מוהר"ש.

אין ליובאַוויטש אויף די ירידים פלעגען קומען פיהל גרויסע סוחרים, צווישען זיי זיינען געווען שקלאָווער און מינסקער סוחרים פון מתנגדישער אָפּשטאַמונג.

די גרעסטע סוחרים פלעגן אַריינגיין צום זיידען, געווען אַזלעכע וואָס פלעגען ריידן אין לערנען, און אַזעלכע וואָס פלעגן פרעגן געשעפטליכע עצות.

איינער פון די גרויסע סוחרים איז געווען אַ גביר און אַ למדן, ער האָט פאַרבראַכט ביי דעם זיידן אַ גאַנץ היפּשע צייט, און האָט גערעדט וועגען זיינע געשעפטען. איידער ער איז אַוועקגעגאַנגען פרעגט ער דעם זיידען, פאַר וואָס איז, אַז עס גייט צו אים — צום זיידען — אַריין אַ אָרימאַן, ענטפערט ער איהם גלייך אָפּ, און עס דויערט אַ פּאָר מינוט, און אַז עס גייט אַריין אַ גביר גידויערט צייט ביז ער — דער זיידע — ענטפערט איהם.

האָט איהם דער זיידע געענטפערט, אַז עס גייט אַריין אַ אָרימאַן, דערציילט ער דעם מצב זיינעם אין איך ענטפער אים גלייך אָפּ, אָבער אַז עס גייט אַריין אַ גביר און הויבט אָן דערציילן וואָס מיט אים טוט זיך, גייט אַוועק די צייט ביז ער זאָגט אַרויס דעם אמת, אַז ער — דער דרויסענדיגער גביר — איז אַ אָרימאַן.

דאָ אין אמעריקע זענען פאַראַן אפילו דרויסנ'דיקע גבירים, מען איז צעטראָגען און מען איילט גאָר ווי די גרויסע גבירים, השי"ת זאָל זיי העלפען אַז ביי זיי זאָל זיין תוכם כברם, דער אינעווייניק ווי דער דרויסען — אַז זיי זאָלען זיין אמתע גבירים.

מה. אָבער די אידישע פּינטעלע, דער זיק היהדות ווערט ניט פאַרטרונקען און פאַרלאָשען.

די נקודה ליגט טיף אין דער אידישער האַרץ, דאָס איז די געוויסע בושה וואָס יעדער איד שעהמט זיך פאַר זיך אַליין, און דערפאַר איז פאַראַן מענטשן וואָס זיי באַרוהיגען זיך אַליין מיט פּוסטע היתרים און נאַרישע תירוצים.

די גוטע זאַך אין די היתרים און תירוצים איז, אַז דאָס איז אַ באַווייז, אַז זייער ניט גוטער אויפפיהרונג אַרט זיי, אַז דאָס דריקט זיי, נאָר זיי זיינען נעבאַך זעהר שוואַך אין שכל'דיגע שטאַרקייט אויף אַרויס פון זייער געוואוינהייט, אָבער דער תוך זייערער איז נאָך גאַנץ, און אין אַ גוטער סביבה קאָן ער האָבן די בעסטע ווירקונג.

דער רחמנות פון די מענטשן איז זייער גרויס, זיי האָבען אַן אינערליכען קאַמף, זיי האָבען מלחמה מיט זיך אַליין, זיי פיהלן אַליין זייער רחמנות, און זיי ווייסען גוט זייער ניט גוט וואָס עס קאָן זיין, אָבער זיי קאָנען ניט ביישטעהן און ווערן באַזיגט פון יצר הרע.

און דאָס דאַרף זיין די אויפגאַבע פון אגודת חסידי חב"ד בארצות הברית וקאנאדע, אויף איינאָרדענען אין געוויסע צייטען, וואָס זאָל פּאַסטען פאַר די חברים, חסידות'שע שמועסן און ערקלערונגען, און דייטלעך אַרומרעדן פערשידענע ענינים אין חיזוק המצוות און חיבת התורה, וואָס דאָס וועט זיין אַ מזון רוחני פאַר פיהל פון גזע החסידים.

מו. די זאַך פון משפט איז טאַקע אַז מ'דאַרף חלילה שטראָפן די זינדיגע, אָבער די הויפּט זאַך פון משפט איז למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד129, אַז דער עונש זאָל ווירקען אַז עס זאָל ניט זיין קיין זינדיגער. ניט דער עונש איז דער משפט, נאָר דער משפט איז אַ

הערות

  1. 129. שופטים יז, יג. וראה גם אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א חי"א ע' תד. לקוטי שיחות חלק ל ע' 1 ובהערה 6.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.