ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תר"ץשמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*] 120

120

גנב, אַ גזלן, אַ רוצח, אַלץ צוליב דעם ער זאָל קענען לעבען אַ קערפּערליכען פאַרגעניגען לעבען.

טויזנטער מענטשן בעלי תאוות און בעלי הנאה ווייסן אַז מיט זייערע שלעכטע געפערליכע תאוות ציהען זיי אויף זיך די שווערסטע שטראָפן, און דאָך קאָנען זיי זיך ניט העלפען, וויילע דער יצה"ר האַלט זיי אין זיין רשות, ר"ל.

מב. וואָס זיינען די ערשטע טרעפּ צו דעם טייוועלשען פּאַלאַץ? וואָס איז די ערשטע סבה צו דעם ביטערען פינסטערן סוף פון דעם בעל תאוה'דיגען מענטשן? ווער איז דער מלאך המות פון דער שענסטער באַשעפעניש, פון דעם מענטשען?

די ערשטע טרעפּ פון דער גרויסער ביטערער ירידה, איז דער נאָכגעבן זיך אין וואָס מ'מאָג, דער זוכן דעם פאַרגעניגען נאָר אין גשמיות, פאַרגרעבט דעם מענטשן און ברענגט איהם דערצו, אַז דער פליישיגער קערפּערליכער לעבען ווערט באַ דעם מענטשן אָן אַ וואָג און אָן אַ מאָס, און עס ברענגט איהם צו פערשידענע פאַרברעכענס.

די משנה זאָגט (סנהדרין פ"ח מ"ה) בן סורר ומורה נדון על שם סופו, אַ בן סורר ומורה ווערט געמשפט מיט טויט שטראָף (מיט אַ געוויסע אויספאָרשונג צי איז ער ריכטיג אַ בן סורר ומורה, און אין אַ געוויסען סדר, וואָס פריער צום ערשטען מאָל משפט מען איהם מיט קליינע שטראָפן, צום צווייטען מאָל מיט אַ גרעסערע שטראָף, פריהער מעהר ניט ווי אַ בית דין פון דריי דיינים, נאָכדעם פון אַ בית דין פון דריי און צוואַנציג דיינים124) פאַר דעם וואָס וועט זיין. דאָס הייסט, כאָטש איצטער איז ער נאָך ניט אַזוי שלעכט, נאָר וויבאַלד אַז ער פיהרט זיך אויף אַ שלעכטן וועג, וועט ער דאָך, סוף כל סוף, ווערן אינגאַנצן פאַרדאָרבן, משפט מען איהם איצטער אויף דעם וואָס ער וועט זיין.

וואָס איז דער חטא פון אַ בן סורר ומורה? ער פאָלגט ניט די לעהרנונג און גוטע ערציהונג פון פאָטער און מוטער און איז אַ זולל וסובא, זולל איז דער טייטש אַ פאַרשווענדער, סובא איז דער טייטש זויפען, דאָס הייסט, אַ פאַרשווענדער אויף פרעסען און זויפען.

דער אבן עזרא125 זאָגט אַז אַ זולל וסובא דאָס איז אַן אַלגעמיינער נאָמען פאַר די וואָס גיבען זיך אָפּ צו קערפּערליכע פאַרגעניגענס, און זוכט אין יעדער זאַך דעם תאוה'דיגען פאַרגעניגען.

דער מענטש וואָס ער איז אַ זולל וסובא, איז ער אַ בן סורר ומורה, סורר איז דער טייטש קעהרט אָפּ פון וועג126, מורה איז דער טייטש ווידערזעצליך זיין, אַז דער וואָס איז אַ זולל וסובא געהט אַראָפּ פון דעם ריכטיגען וועג.

דער חטא פון אַ זולל וסובא איז, אַז ער עסט אויף אַ געוויסע וואָג פלייש און טרינקט אויס אַ געוויסע מאָס וויין127, פרעגט זיך דאָך אַ גרויסע קשיא, צי איבער דעם וואָס אַ מענטש עסט מעהרער אַ שטיק פלייש און טרינקט מעהרער אַ ביסעל וויין, איז

הערות

  1. 124. סנהדרין עא, סע"א.
  2. 125. תצא כא, יח.
  3. 126. פרש"י תצא שם.
  4. 127. סנהדרין ע, א.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 3 עמודים.

  1. תורת שמואל קא סנהדרין ע, א
  2. תורת שמואל שכז סנהדרין ע, א
  3. תורת מנחם שיחת מוצש"ק פ' וישלח, י"ט כסלו, ה'תשל"ג סנהדרין ע, ב