118
פסוק ווייטער, ושפט בצדק דלים והוכיח במישור לענוי ארץ.
די זאַך איז זעהר וואונדערליך, ער וועט ניט משפט'ן נאָכדעם וואָס ער וועט זעהען מיט זיינע אויגען, און ער וועט ניט מוסר'ן נאָכדעם ווי ער וועט הערן מיט זיינע אויערן, נאָר ער וועט משפט'ן מיט גערעכט די אָרעמע און וועט מוסר'ן די וואָס זיינען ביי זיך געפאַלן.
און דאָס איז די הנהגה פון משיח'ן, אַ הנהגה פון העכער ווי נאַטור.
דער דין ומשפט פון בני אדם איז נאָר וואָס בעיניו יראה און באזניו ישמע, איינער אַז ער משפט דעם צווייטען הן ווען דאָס איז אַ משפט גלוי ברבים און הן ווען דאָס איז אַ משפט וואָס ער משפט דעם צווייטען ביי זיך אין האַרצען, איז די יסודות פון דעם משפט און די יסודות פון דעם מוסר, איז מעהר ניט נאָכדעם, נאָך וואָס ער זעהט מיט די אויגען און הערט מיט די אויערן. ער געהט ניט אַריין אין דעם לעבן פון דעם וועלכן ער משפט. ער רעכנט זיך ניט מיט זיין אומשטאַנד און מיט דעם וואָס רינגלט אים אַרום, דאָס הייסט, ער געהט ניט אַריין אין זיין אינערליכן לעבען און פאַרטיפט זיך ניט אין די סיבות וואָס האָבען איהם געבראַכט צו אַזאַ לעבן. ער משפט איהם מעהר ניט נאָכדעם וואָס ער זעהט און הערט, און ניט נאָכדעם וואָס יענער, דעם וואָס ער משפט לעבט דורך.
אַזאַ משפט איז ניט קיין אמת'ער משפט, אַזאַ משפט איז זעהר אַ טרוקענער, געבויט אויף זעהר גרינגע יסודות. דער אמת'ער משפט איז, אַז דער וואָס משפט דעם צווייטען דאַרף זיך אַליין שטעלען אויף דעם אָרט פון דעם וואָס ער משפט, ער דאַרף און מוז וויסן די אַלע סבות וואָס האָבען יענעם געבראַכט צו אַזאַ צושטאַנד120.
די גרויסע הלל'ס אזהרה121, אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, אַז דו האָסט געזעהן אַז איינער איז דורכגעפאַלען, וואָס ער האָט ניט געקאָנט ביישטיין אַ נסיון, זאָלסטו איהם ניט פאראורטיילען ביז דו וועסט אַליין ניט דורכמאַכן אַזאַ זאַך, די גרויסע אזהרה איז אַ מאמר השם.
משפט'ן קאָן מען נאָר דאַמאָלט, ווען מ'שטעלט זיך אַנידער אויף יענעמ'ס אָרט, און מ'לעבט עס דורך.
מ. די וועלט קוקט אויף אַ משפט ווי אויף אַ עונש, אַ שטראָף. דאָס איז ניט ריכטיג. אַ משפט איז ניט נאָר אַ עונש און אַ שטראָף, אַ משפט איז אַ געוויסע לעהרנונג ווי אַזוי מ'דאַרף זיך פיהרען, אַז ס'זאָל נישט צוקומען צו אַזאַ שלעכטע פיהרונג אין לעבען, אַז מ'זאָל איהם נאָכדעם דאַרפען משפט'ן און דאָס קאָן נאָר זיין דאַמאָלסט ווען דער וואָס משפט ווייס די סבות, וואָס האָבען מיטגעבראַכט דעם שלעכטען לעבען, די שלעכטע פיהרונג.
עס פרעגט זיך זעהר אַ גרויסע קשיא, וואָס איז די סיבה וואָס אַ איד קומט גאָר צו דעם ער זאָל עובר זיין אויף די דרכי התורה והמצוה, תורה איז אַזאַ שעהנע קלאָרע לעהרנונג ווי דער מענטש זאָל זיך פיהרען אין די שענסטע וועגען פון לעבען אין אַלע זאַכען, הן אין דעם גייסט לעבען און הן אין פאַמיליען און געזעלשאַפטלעכן לעבען, איז ווי און פון וואַנען נעמט זיך דאָס אַז
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.